Page 76 - Shmoyis
P. 76
שמות
װער עס האָט גאָלד ,נעמט אַראָפּ פֿון זיך; און זײ האָבן מיר געגעבן,
און איך האָב עס אַר ַײנגעװאָרפֿן אין פֿ ַײער ,און עס איז
אַרױסגעקומען דאָסדאָזיקע קאַלב.
25און משה האָט געזען דאָס פֿאָלק ,אַז עס איז צעװילדערט ,װ ַײל
אַהרן האָט עס צעװילדערט ,צו שאַנד ב ַײ זײערע פֿ ַײנט 26 .האָט
משה זיך געשטעלט אין טױער פֿון לאַגער ,און האָט געזאָגט :װער
פֿאַר יהוה ,צו מיר! האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט צו אים אַלע קינדער פֿון
ֵל ִוי 27 .און ער האָט צו זײ געזאָגט :אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט
פֿון ישׂראל :טוט אָן איטלעכער ז ַײן שװערד אױף ז ַײן דיך ,גײט דורך
הין און צוריק פֿון טױער צו טױער אין לאַגער ,און הרגעט
איטלעכער ז ַײן ברודער ,און איטלעכער ז ַײן חבֿר ,און איטלעכער ז ַײן
קרוב.
28האָבן די קינדער פֿון ֵל ִוי געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן,
און עס ז ַײנען געפאַלן פֿון פֿאָלק אין יענעם טאָג אַרום דר ַײ טױזנט
מאַן 29 .און משה האָט געזאָגט :דערפֿילט א ַײער האַנט ה ַײנט צו
גאָט ,װ ַײל איטלעכער איז געװען אַקעגן ז ַײן זון ,און אַקעגן ז ַײן
ברודער ,און כּדי א ַײך ה ַײנט צו געבן אַ ברכה.
30און עס איז געװען אױף מאָרגן ,האָט משה געזאָגט צום פֿאָלק:
איר האָט געזינדיקט אַ גרױסע זינד; און אַצונד װעל איך אַרױפֿגײן צו
גאָט ,אפֿשר װעל איך מכפּר ז ַײן אױף א ַײער זינד.
31האָט משה זיך אומגעקערט צו גאָט ,און האָט געזאָגט :איך בעט
דיך ,דאָסדאָזיקע פֿאָלק האָט געזינדיקט אַ גרױסע זינד ,און זײ האָבן
זיך געמאַכט אַ גאָט פֿון גאָלד 32 .איז ,אַצונד ,אױב דו װעסט
פֿאַרגעבן זײער זינד – ,און אױב ניט ,מעק מיך אױס ,איך בעט דיך,
פֿון ד ַײן בוך װאָס דו האָסט געשריבן.
33האָט גאָט געזאָגט צו משהן :װער עס האָט געזינדיקט צו מיר,
אים װעל איך אױסמעקן פֿון מ ַײן בוך 34 .און אַצונד גײ פֿיר
דאָסדאָזיקע פֿאָלק אַהין װוּ איך האָב דיר געזאָגט; זע ,מ ַײן מלאך
װעט גײן דיר פֿאַרױס; אָבער אין דעם טאָג ,װאָס איך רעכן זיך ,װעל
איך זיך רעכענען מיט זײ פֿאַר זײער זינד.