Page 81 - Shmoyis
P. 81
שמות
און מע זאָל זיך ניט װ ַײזן פֿאַר מיר מיט לײדיקן.
21זעקס טעג זאָלסטו אַרבעטן ,און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָלסטו רוען;
אַפֿילו אין אַקערצ ַײט און אין שניטצ ַײט זאָלסטו רוען.
22און דעם ָיום-טובֿ פֿון שבועות זאָלסטו דיר מאַכן ,ב ַײ די
ערשטצ ַײטיקע פֿון װײצשניט; און דעם ָיום-טובֿ פֿון א ַײנזאַמלונג
ב ַײם אומדרײ פֿון יאָר.
23דר ַײ מאָל אין יאָר זאָלן אַלע ד ַײנע מאַנספּאַרשױנען זיך װ ַײזן פֿאַר
דעם האַר יהוה ,דעם גאָט פֿון ישׂראל 24 .װאָרום איך װעל פֿאַריאָגן
די פֿעלקער פֿון פֿאַר דיר ,און װעל דערברײטערן ד ַײן געמאַרק; און
קײנער װעט ניט גלוסטן ד ַײן לאַנד ,װען דו גײסט אַרױף זיך װ ַײזן
פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט דר ַײ מאָל אין יאָר.
25זאָלסט ניט מקריב ז ַײן מיט געז ַײערטן ברױט דאָס בלוט פֿון מ ַײן
שלאַכטאָפּפֿער ,און דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון דעם ָיום-טובֿ פֿון פּסח
זאָל ניט איבערנעכטיקן ביז אין דער פֿרי.
26די ערשטע פֿריצ ַײטיקע פֿון ד ַײן ערד זאָלסטו ברענגען אין הױז
פֿון יהוה ד ַײן גאָט.
זאָלסט ניט קאָכן אַ ציקעלע אין ז ַײן מוטערס מילך.
27און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :שר ַײב דיר אױף די דאָזיקע
װערטער ,װאָרום לױט די דאָזיקע װערטער האָב איך געשלאָסן אַ
בונד מיט דיר און מיט ישׂראל 28 .און ער איז דאָרטן געװען מיט
גאָט פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט; קײן ברױט האָט ער ניט
געגעסן ,און קײן װאַסער האָט ער ניט געטרונקען .און ער האָט
אױפֿגעשריבן אױף די לוחות די װערטער פֿון דעם בונד ,די צען
געבאָט.
29און עס איז געװען ,אַז משה האָט אַראָפּגענידערט פֿון באַרג סיַני
– און די צװײ לוחות פֿון געזעץ ז ַײנען געװען אין משהס האַנט ,װען
ער האָט אַראָפּגענידערט פֿון באַרג – האָט משה ניט געװוּסט ,אַז די
הױט פֿון ז ַײן פּנים האָט געשטראַלט פֿון ז ַײן רעדן מיט אים 30 .און
אַהרן און אַלע קינדער פֿון ישׂראל האָבן געזען משהן ,ערשט די הױט