Page 79 - Shmoyis
P. 79
שמות
געזאָגט :קענסט ניט זען מ ַײן פּנים ,װאָרום אַ מענטש קען מיך ניט
זען און בל ַײבן לעבן 21 .און גאָט האָט געזאָגט :אָן איז אַן אָרט ב ַײ
מיר; זאָלסטו זיך שטעלן אױפֿן פֿעלז 22 .און עס װעט ז ַײן ,װען מ ַײן
פּראַכט גײט פֿאַרב ַײ ,װעל איך דיך אַר ַײנטאָן אין אַ שפּאַלט פֿון דעם
פֿעלז ,און איך װעל אַרױפֿדעקן מ ַײן האַנט אױף דיר ,ביז איך װעל
פֿאַרב ַײגײן 23 .און אַז איך װעל אָפּטאָן מ ַײן האַנט ,װעסטו זען מ ַײן
רוקן; אָבער מ ַײן פּנים קען ניט געזען װערן.
1און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :האַק דיר אױס צװײ
שטײנערנע לוחות אַזױ װי די ערשטע ,און איך װעללד
אױפֿשר ַײבן אױף די לוחות די װערטער װאָס ז ַײנען געװען אױף די
ערשטע לוחות ,װאָס דו האָסט צעבראָכן 2 .און ז ַײ אָנגעברײט אין
דער פֿרי ,און גײ אַרױף אין דער פֿרי אױפֿן באַרג סיַני ,און שטעל זיך
פֿאַר מיר דאָרטן אױפֿן שפּיץ באַרג 3 .און קײן מענטש זאָל ניט
אַרױפֿגײן מיט דיר ,און קײן מענטש זאָל אױך ניט געזען װערן אױפֿן
גאַנצן באַרג; אַפילו די שאָפּ און די רינדער זאָלן זיך ניט פֿיטערן
אַקעגן יענעם באַרג.
4האָט ער אױסגעהאַקט צװײ שטײנערנע לוחות אַזױ װי די ערשטע;
און משה האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי ,און איז אַרױפֿגעגאַנגען
אױפֿן באַרג סיַני ,אַזױ װי גאָט האָט אים באַפֿױלן ,און ער האָט
גענומען אין ז ַײן האַנט די צװײ שטײנערנע לוחות 5 .און יהוה האָט
אַראָפּגענידערט אין דעם װאָלקן; און ער האָט זיך געשטעלט מיט
אים דאָרטן; און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען יהוה 6 .און יהוה איז
פֿאַרב ַײגעגאַנגען פֿאַר ז ַײן פּנים ,און האָט אױסגערופֿן :יהוה ,יהוה
איז אַ דערבאַרימדיקער און ל ַײטזעליקער גאָט ,א ַײנגעהאַלטן אין
צאָרן ,און ר ַײך אין גענאָד און טר ַײשאַפֿט; 7ער האַלט גענאָד ביזן
טױזנטסטן גליד ,ער פֿאַרטראָגט זינד און פֿאַרברעכן און חטאים,
נאָר שענקען שענקט ער ניט; ער רעכנט זיך פֿאַר די זינד פֿון די
פֿאָטערס ,מיט די קינדער ,און מיט די קינדסקינדער ,מיטן דריטן און
מיטן פֿירטן ָדור.
8האָט משה זיך גענ ַײגט אױף גיך צו דער ערד ,און זיך געבוקט9 .
און ער האָט געזאָגט :אױב ,איך בעט דיך ,איך האָב געפֿונען