Page 75 - Shmoyis
P. 75
שמות
דערמאָן זיך אָן אַברהם ,אָן יצחק ,און אָן ישׂראל ,ד ַײנע קנעכט ,װאָס
דו האָסט זײ געשװאָרן ב ַײ זיך ,און האָסט צו זײ גערעדט :איך װעל
מערן א ַײער זאָמען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל ,און דאָסדאָזיקע
גאַנצע לאַנד װאָס איך האָב געזאָגט ,װעל איך געבן צו א ַײער זאָמען,
און זײ װעלן עס אַרבן אױף אײביק.
14האָט גאָט חרטה געהאַט אױף דעם בײז װאָס ער האָט געזאָגט צו
טאָן צו ז ַײן פֿאָלק.
15און משה האָט זיך אומגעקערט ,און האָט אַראָפּגענידערט פֿון
באַרג ,מיט די צװײ לוחות פֿון געזעץ אין ז ַײן האַנט ,לוחות באַשריבן
פֿון זײערע בײדע ז ַײטן; פֿון דער ז ַײט און פֿון יענער ז ַײט ז ַײנען זײ
געװען באַשריבן 16 .און די לוחות ז ַײנען געװען די אַרבעט פֿון גאָט,
און דער כּתב איז געװען דער כּתב פֿון גאָט ,אױסגעקריצט אױף די
לוחות.
17און יהוֹשו ַע האָט געהערט דעם ָקול פֿון דעם פֿאָלק אין ז ַײן שאַלן,
און ער האָט געזאָגט צו משהן :אַ ָקול פֿון מלחמה איז אין לאַגער.
18האָט ער געזאָגט :עס איז ניט אַ ָקול פֿון געשרײ פֿון גבורה ,און
ניט אַ ָקול פֿון געשרײ פֿון שװאַכקײט; אַ ָקול פֿון זינגען הער איך.
19און עס איז געװען ,װי ער האָט גענענט צום לאַגער ,און האָט
געזען דאָס קאַלב און די טענץ ,אַזױ האָט געגרימט דער צאָרן פֿון
משהן ,און ער האָט אַ װאָרף געטאָן פֿון ז ַײנע הענט די לוחות ,און
האָט זײ צעבראָכן אונטערן באַרג 20 .און ער האָט גענומען דאָס
קאַלב ,װאָס זײ האָבן געמאַכט ,און האָט פֿאַרברענט אין פֿ ַײער ,און
צעמאָלן ביז װאַנען עס איז געװאָרן דין ,און האָט צעשאָטן אױפֿן
װאַסער ,און געגעבן טרינקען די קינדער פֿון ישׂראל.
21און משה האָט געזאָגט צו אהרֹנען :װאָס האָט דיר דאָסדאָזיקע
פֿאָלק געטאָן ,װאָס דו האָסט געבראַכט אױף אים אַ גרױסע זינד?
22האָט אַהרן געזאָגט :זאָל ניט גרימען דער צאָרן פֿון מ ַײן האַר; דו
קענסט דאָס פֿאָלק ,אַז ער איז שלעכט 23 .האָבן זײ צו מיר געזאָגט:
מאַך אונדז אַ גאָט װאָס זאָל גײן פֿאַר אונדז ,װאָרום דערדאָזיקער
מאַן משה ,װאָס האָט אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים ,װײסן
מיר ניט װאָס מיט אים איז געװאָרן 24 .האָב איך צו זײ געזאָגט: