Page 70 - Shmoyis
P. 70
שמות
זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים ,כּדי איך זאָל רוען צװישן זײ .איך
בין יהוה זײער גאָט.
1און זאָלסט מאַכן אַ מזבח פֿאַר רײכערונג פֿון װ ַײרױך; פֿון
ִשטים-האָלץ זאָלסטו אים מאַכן 2 .אַן אײל ז ַײן לענג ,און אַןל
אײל ז ַײן ברײט; פֿירעקעכדיק זאָל ער ז ַײן ,און צװײ אײלן ז ַײן הײך;
פֿון אים גופֿא זאָלן ז ַײן ז ַײנע הערנער 3 .און זאָלסט אים איבערציען
מיט רײנעם גאָלד ,ז ַײן אױבערדעק ,און ז ַײנע װענט רונד אַרום 4 ,און
ז ַײנע הערנער; און זאָלסט מאַכן צו אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד
אַרום .און צװײ גילדערנע רינגען זאָלסטו מאַכן צו אים אונטער ז ַײן
קראַנץ; אױף ז ַײנע צװײ פֿלאַנקען זאָלסטו זײ מאַכן – אױף ז ַײנע
צװײ ז ַײטן ,און זײ זאָלן ז ַײן פֿאַר אױערן פֿאַר די שטאַנגען ,אים צו
טראָגן אױף זײ 5 .און זאָלסט מאַכן די שטאַנגען פֿון ִשטים-האָלץ,
און זײ איבערציען מיט גאָלד 6 .און זאָלסט אים אַװעקשטעלן פֿאַר
דעם ָפּרוֹ ֶכת װאָס פֿאַר דעם אָרון פֿון געזעץ ,פֿאַר דעם דעק װאָס
איבער דעם געזעץ ,װאָס דאָרטן װעל איך זיך אַנטפּלעקן צו דיר7 .
און אַהרן זאָל רײכערן אױף אים װ ַײרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן;
פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן ,װען ער מאַכט צורעכט די רערלעך ,זאָל ער
עס רײכערן 8 .און װען אַהרן צינדט אָן די רערלעך קעגן אָװנט ,זאָל
ער עס רײכערן; אַ שטענדיקן װ ַײרױך פֿאַר גאָט אױף א ַײערע דוֹר-
דוֹרות 9 .איר זאָלט ניט אױפֿברענגען אױף אים פֿרעמדן װ ַײרױך,
אָדער אַ בראַנדאָפּפֿער און אַ שפּ ַײזאָפּפֿער; און אַ גיסאָפּפֿער זאָלט
איר ניט גיסן אױף אים 10 .און אַהרן זאָל מכפּר ז ַײן אױף ז ַײנע
הערנער אײן מאָל אין יאָר; מיט דעם בלוט פֿון דעם זינדאָפּפֿער פֿון
פֿאַרגעבונג זאָל ער אײן מאָל אין יאָר מכפּר ז ַײן אױף אים ,אױף
א ַײערע דוֹר-דוֹרות; אַ הײליקסטע הײליקײט איז ער צו גאָט.
ִכּי ִת ָשׂא
11און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 12 :אַז דו װעסט
אױפֿנעמען דעם מספּר פֿון די קינדער פֿון ישׂראל לױט זײער צײלונג,
זאָלן זײ געבן איטלעכער אַן אױסלײז פֿאַר ז ַײן נפֿש צו גאָט ,װען מע
צײלט זײ ,כּדי עס זאָל ניט ז ַײן צװישן זײ אַ מגפֿה ,װען מע צײלט זײ.
13דאָס זאָלן זײ געבן ,איטלעכער װאָס גײט אַר ַײן אין דער צײלונג: