Page 69 - Shmoyis
P. 69

‫שמות‬

‫‪ 31‬און דעם װידער פֿון דערפֿילונג זאָלסטו נעמען‪ ,‬און קאָכן ז ַײן‬
‫פֿלײש אין אַ הײליקן אָרט‪ 32 .‬און אַהרן און ז ַײנע זין זאָלן עסן דאָס‬
‫פֿלײש פֿון דעם װידער‪ ,‬און דאָס ברױט װאָס אין קאָרב‪ ,‬ב ַײם‬
‫א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ 33 .‬און דאָס זאָלן עסן די אױף װעמען עס‬
‫איז פֿאַרגעבן געװאָרן דערמיט‪ ,‬כּדי צו דערפֿילן זײער האַנט‪ ,‬זײ צו‬
‫הײליקן; אָבער אַ פֿרעמדער זאָל דערפֿון ניט עסן‪ ,‬װ ַײל דאָס איז‬
‫הײליק‪ 34 .‬און אַז עס װעט איבערבל ַײבן פֿון דעם פֿלײש פֿון‬
‫דערפֿילונג‪ ,‬אָדער פֿון דעם ברױט‪ ,‬ביז אין דער פֿרי‪ ,‬זאָלסטו‬
‫פֿאַרברענען דאָס געבליבענע אין פֿ ַײער; עס זאָל ניט געגעסן װערן‪,‬‬

                                                ‫װאָרום עס איז הײליק‪.‬‬

‫‪ 35‬און זאָלסט טאָן צו אַהרֹנען און צו ז ַײנע זין אַזױ װי אַלץ װאָס‬
‫איך האָב דיר באַפֿױלן; זיבן טעג זאָלסטו דערפֿילן זײער האַנט‪36 .‬‬
‫און אַן אָקס אַ זינדאָפּפֿער זאָלסטו מאַכן איטלעכן טאָג פֿאַר אַ‬
‫פֿאַרגעבונג‪ ,‬און רײניקן דעם מזבח מיט ד ַײן מכפּר ז ַײן אױף אים; און‬
‫זאָלסט אים זאַלבן‪ ,‬אים צו הײליקן‪ 37 .‬זיבן טעג זאָלסטו מכפּר ז ַײן‬
‫אױפֿן מזבח‪ ,‬און אים הײליקן; און דער מזבח זאָל ז ַײן אַ הײליקסטע‬

        ‫הײליקײט; אַלץ װאָס רירט זיך אָן אָן מזבח זאָל װערן הײליק‪.‬‬

‫‪ 38‬און דאָס איז װאָס דו זאָלסט מאַכן אױפֿן מזבח‪ :‬יאָריקע שעפּסן‬
‫צװײ אַ טאָג‪ ,‬תּמיד‪ 39 .‬אײן שעפּס זאָסלטו מאַכן אין דער פֿרי‪ ,‬און‬
‫דעם צװײטן שעפּס זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט‪ 40 .‬און אַ צענטל‬
‫זעמלמעל פֿאַרמישט מיט געשלאָגענע אײל אַ פֿערטל הין‪ ,‬און אַ‬
‫גיסאָפּפֿער פֿון אַ פֿערטל הין װ ַײן צו דעם אײן שעפּס‪ 41 .‬און דעם‬
‫צװײטן שעפּס זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט; אַזױ װי דאָס שפּ ַײזאָפּפֿער‬
‫פֿון אין דער פֿרי‪ ,‬און אַזױ װי ז ַײן גיסאָפּפֿער‪ ,‬זאָלסטו מאַכן צו אים‪,‬‬
‫פֿאַר אַ געשמאַקן ריח‪ ,‬אַ פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט‪ 42 .‬אַ שטענדיק‬
‫בראַנדאָפּפֿער אױף א ַײערע דוֹר‪-‬דוֹרות‪ ,‬ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל‪-‬‬
‫מוֹעד‪ ,‬פֿאַר גאָט‪ ,‬װאָס דאָרטן װעל איך זיך אַנטפּלעקן צו א ַײך‪,‬‬
‫דאָרטן צו רעדן צו דיר‪ 43 .‬און איך װעל זיך דאָרטן אַנטפּלעקן צו די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און עס װעט געהײליקט װערן מיט מ ַײן פּראַכט‪.‬‬
‫‪ 44‬און איך װעל הײליקן דעם אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬און דעם מזבח; און‬
‫אַהרֹנען און ז ַײנע זין װעל איך הײליקן צו ז ַײן כֹּהנים צו מיר‪ 45 .‬און‬
‫איך װעל רוען צװישן די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און װעל זײ ז ַײן צום‬
‫גאָט‪ 46 .‬און זײ װעלן װיסן‪ ,‬אַז איך בין יהוה זײער גאָט‪ ,‬װאָס האָב‬
   64   65   66   67   68   69   70   71   72   73   74