Page 64 - Shmoyis
P. 64

‫שמות‬

‫אַלע קלוגהאַרציקע‪ ,‬װאָס איך האָב זײ אָנגעפֿילט מיט אַ ג ַײסט פֿון‬
‫חכמה‪ ,‬זײ זאָלן מאַכן די קלײדער פֿאַר אַהרֹנען‪ ,‬כּדי אים צו הײליקן‬

                                         ‫אַז ער זאָל ז ַײן אַ כֹּהן צו מיר‪.‬‬

‫‪ 4‬און דאָס ז ַײנען די קלײדער‪ ,‬װאָס זײ זאָלן מאַכן‪ :‬אַ חוֹ ֶשן‪ ,‬און אַן‬
‫ֵאפוֹד‪ ,‬און אַ מאַנטל‪ ,‬און אַ געקעסטלט העמדל‪ ,‬אַ הױב‪ ,‬און אַ‬
‫גאַרטל; און זײ זאָלן מאַכן הײליקע קלײדער פֿאַר ד ַײן ברודער‬
‫אַהרֹנען און פֿאַר ז ַײנע זין‪ ,‬כּדי זײ זאָלן ז ַײן כֹּהנים צו מיר‪ 5 .‬און זײ‬
‫זאָלן נעמען דאָס גאָלד‪ ,‬און די בלאָע װאָל‪ ,‬און דעם פּורפּל‪ ,‬און דאָס‬

                                         ‫װערמילרױט‪ ,‬און דעם ל ַײנען‪.‬‬

‫‪ 6‬און זײ זאָלן מאַכן דעם ֵאפוֹד פֿון גאָלד‪ ,‬בלאָער װאָל‪ ,‬און פּורפּל‪,‬‬
‫װערמילרױט‪ ,‬און געדר ַײטן ל ַײנען‪ ,‬קונציק אױסגעאַרבעט‪ 7 .‬צװײ‬
‫אַקסלבענדער זאָל ער האָבן‪ ,‬באַהעפֿט צו ז ַײנע צװײ עקן‪ ,‬כּדי ער‬
‫זאָל ז ַײן באַהעפֿט‪ 8 .‬און דער גאַרטלבאַנד װאָס אױף אים‪ ,‬זאָל ז ַײן‬
‫אַזױ װי ז ַײן אַרבעט‪ ,‬פֿון אים גופֿא; פֿון גאָלד‪ ,‬בלאָער װאָל‪ ,‬און‬
‫פּורפּל‪ ,‬און װערמילרױט‪ ,‬און געדר ַײטן ל ַײנען‪ 9 .‬און זאָלסט נעמען‬
‫צװײ אָניקלשטײנער‪ ,‬און אױסקריצן אױף זײ די נעמען פֿון די קינדער‬
‫פֿון ישׂראל; ‪ 10‬זעקס פֿון זײערע נעמען אױף אײן שטײן‪ ,‬און די‬
‫איבעריקע זעקס נעמען אױפֿן צװײטן שטײן‪ ,‬לױט זײערע געבורטן‪.‬‬
‫‪ 11‬װי אַרבעט פֿון אַ שטײנשנ ַײדער‪ ,‬װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל‪,‬‬
‫זאָלסטו אױסקריצן די צװײ שטײנער לױט די נעמען פֿון די קינדער‬
‫פֿון ישׂראל; א ַײנגעראַמט אין א ַײנפֿאַסונגען פֿון גאָלד זאָלסטו‬
‫זײ מאַכן‪ 12 .‬און זאָלסט אַרױפֿטאָן די צװײ שטײנער אױף די‬
‫אַקסלבענדער פֿון איפֿוֹד – שטײנער פֿון דערמאָנונג פֿאַר די קינדער‬
‫פֿון ישׂראל; און אַהרן זאָל טראָגן זײערע נעמען פֿאַר גאָט אױף ז ַײנע‬

                                     ‫צװײ אַקסלען פֿאַר אַ דערמאָנונג‪.‬‬

‫‪ 13‬און זאָלסט מאַכן א ַײנפֿאַסונגען פֿון גאָלד; ‪ 14‬און צװײ קײטן פֿון‬
‫רײנעם גאָלד; געדר ַײט זאָלסטו זײ מאַכן‪ ,‬פֿלעכטאַרבעט; און זאָלסט‬

             ‫אַרױפֿטאָן די געפֿלאָכטענע קײטן אױף די א ַײנפֿאַסונגען‪.‬‬

‫‪ 15‬און זאָלסט מאַכן אַ חוֹ ֶשן פֿון באַשײד‪ ,‬קונציק אױסגעאַרבעט;‬
‫אַזױ װי די אַרבעט פֿון ֵאפֿוֹד זאָלסטו אים מאַכן‪ :‬פֿון גאָלד‪ ,‬בלאָער‬
‫װאָל‪ ,‬און פּורפּל‪ ,‬און װערמילרױט‪ ,‬און געדר ַײטן ל ַײנען‪ ,‬זאָלסטו אים‬
‫מאַכן‪ 16 .‬פֿירעקעכדיק זאָל ער ז ַײן‪ ,‬געטאָפּלט‪ ,‬אַ שפּאַן ז ַײן לענג‪,‬‬
   59   60   61   62   63   64   65   66   67   68   69