Page 67 - Shmoyis
P. 67

‫שמות‬

‫אַר ַײנטאָן אין אײן קאָרב‪ ,‬און זײ גענענען אין דעם קאָרב‪ ,‬מיט דעם‬
‫אָקס און מיט די צװײ װידערס‪ 4 .‬און אַהרֹנען און ז ַײנע זין זאָלסטו‬
‫מאַכן גענענען צום א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬און זאָלסט זײ װאַשן‬
‫מיט װאַסער‪ 5 .‬און זאָלסט נעמען די קלײדער‪ ,‬און אָנקל ַײדן אַהרֹנען‬
‫דאָס העמדל‪ ,‬און דעם מאַנטל פֿון ֵאפֿוֹד‪ ,‬און דעם ֵאפֿוֹד‪ ,‬און דעם‬
‫חושן‪ ,‬און אים אָנגורטן מיט דעם אַרומבאַנד פֿון ֵאפֿוֹד‪ 6 .‬און זאָלסט‬
‫אָנטאָן די הױב אױף ז ַײן קאָפּ‪ ,‬און אַרױפֿטאָן די הײליקע קרױן אױף‬
‫דער הױב‪ 7 .‬און זאָלסט נעמען דאָס אײל פֿון זאַלבונג‪ ,‬און אַרױפֿגיסן‬
‫אױף ז ַײן קאָפּ‪ ,‬און אים זאַלבן‪ 8 .‬און ז ַײנע זין זאָלסטו מאַכן‬
‫גענענען‪ ,‬און זײ אָנקל ַײדן העמדלעך‪ 9 .‬און זאָלסט זײ אָנגורטן אַ‬
‫גאַרטל‪ ,‬אַהרֹנען און ז ַײנע זין‪ ,‬און זײ אָנבינדן היטלען‪ ,‬און די כּהונה‬
‫זאָל זײ געהערן פֿאַר אַן אײביקן רעכט; און זאָלסט דערפֿילן די האַנט‬

                               ‫פֿון אַהרֹנען‪ ,‬און די האַנט פֿון ז ַײנע זין‪.‬‬

‫‪ 10‬און זאָלסט מאַכן גענענען דעם אָקס פֿאַרן אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬און אַהרן‬
‫און ז ַײנע זין זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון אָקס‪ 11 .‬און‬
‫זאָלסט שעכטן דעם אָקס פֿאַר גאָט‪ ,‬ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד‪.‬‬
‫‪ 12‬און זאָלסט נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס‪ ,‬און אַרױפֿטאָן אױף די‬
‫הערנער פֿון מזבח מיט ד ַײן פֿינגער‪ ,‬און דאָס גאַנצע בלוט זאָלסטו‬
‫אױסגיסן ב ַײם גרונט פֿון מזבח‪ 13 .‬און זאָלסט נעמען דאָס גאַנצע‬
‫פֿעטס װאָס באַדעקט די אינגעװײד‪ ,‬און דאָס רױטפֿלײש איבער דעם‬
‫לעבער‪ ,‬און בײדע נירן‪ ,‬און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ‪ ,‬און דעמפֿן‬
‫אױפֿן מזבח‪ 14 .‬און דאָס פֿלײש פֿון אָקס‪ ,‬און ז ַײן פֿעל‪ ,‬און ז ַײן‬
‫מיסט‪ ,‬זאָלסטו פֿאַרברענען אין פֿ ַײער אױסן לאַגער; אַ זינדאָפּפֿער‬

                                                               ‫איז דאָס‪.‬‬

‫‪ 15‬און אײן װידער זאָלסטו נעמען‪ ,‬און אַהרן און ז ַײנע זין זאָלן‬
‫אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון װידער‪ 16 .‬און זאָלסט שעכטן‬
‫דעם װידער‪ ,‬און נעמען ז ַײן בלוט‪ ,‬און שפּרענגען אױפֿן מזבח רונד‬
‫אַרום‪ 17 .‬און דעם װידער זאָלסטו צעשנ ַײדן אױף ז ַײנע שטיקער‪ ,‬און‬
‫זאָלסט װאַשן ז ַײנע אינגעװײד‪ ,‬און ז ַײנע קני‪ ,‬און זײ אַװעקלײגן צו‬
‫ז ַײנע שטיקער‪ ,‬און צו ז ַײן קאָפּ‪ 18 .‬און זאָלסט דעמפֿן דעם גאַנצן‬
‫װידער אױפֿן מזבח; אַ בראַנדאָפּפֿער איז דאָס צו גאָט; אַ‬

                   ‫געשמאַקער ריח‪ ,‬אַ פֿ ַײעראָפּפֿער איז דאָס צו גאָט‪.‬‬
   62   63   64   65   66   67   68   69   70   71   72