Page 63 - Shmoyis
P. 63
שמות
זײערע רײפֿבענדער ,פֿון זילבער 11 .און דעס גל ַײכן פֿאַר דער צפֿון-
ז ַײט ,פֿאַר לענג :אַרומהאַנגען הונדערט אײלן די לענג ,און די ז ַײלן
דערצו צװאַנציק ,און זײערע שװעלן צװאַנציק ,פֿון קופּער; די
העקלעך פֿון די ז ַײלן ,און זײערע רײפֿבענדער ,פֿון זילבער 12 .און
פֿאַר ברײט פֿון הױף אין מערבֿ-ז ַײט ,אַרומהאַנגען פֿון פֿופֿציק אײלן:
די ז ַײלן דערצו צען ,און זײערע שװעלן צען 13 .און די ברײט פֿון
הױף אין מזרח-ז ַײט צו זונאױפֿגאַנג פֿופֿציק אײלן 14 .און פֿופֿצן
אײלן אַרומהאַנגען פֿאַר אײן ז ַײט; די ז ַײלן דערצו דר ַײ ,און זײערע
שװעלן דר ַײ 15 .און פֿאַר דער צװײטער ז ַײט פֿופֿצן אײלן
אַרומהאַנגען; די ז ַײלן דערצו דר ַײ ,און זײערע שװעלן דר ַײ 16 .און
פֿאַרן טױער פֿון הױף אַ פֿאָרהאַנג פֿון צװאַנציק אײלן ,פֿון בלאָער
װאָל ,און פּורפּל ,און װערמילרױט ,און געדר ַײטן ל ַײנען ,געשטיקטע
אַרבעט; די ז ַײלן דערצו פֿיר ,און זײערע שװעלן פֿיר 17 .אַלע ז ַײלן
פֿון הױף רונד אַרום ,אַרומגערײפֿט מיט זילבער; זײערע העקלעך פֿון
זילבער ,און זײערע שװעלן פֿון קופּער 18 .די לענג פֿון הױף הונדערט
אײלן ,און די ברײט פֿופֿציק אַקעגן פֿופֿציק ,און די הײך פֿינף אײלן,
פֿון געדר ַײטן ל ַײנען; און די שװעלן דערצו פֿון קופּער 19 .אַלע געצ ַײג
פֿון ִמשכּן פֿאַר ז ַײן גאַנצער אַרבעט ,און אַלע ז ַײנע פֿלעקלעך ,און
אַלע פֿלעקלעך פֿון הױף ,פֿון קופּער.
ְתּ ַצֶוה
20און דו זאָלסט באַפֿעלן די קידנער פֿון ישׂראל ,זײ זאָלן דיר
ברענגען רײנע געשלאָגענע בױמל פֿאַר דער ל ַײכטונג ,אױף אָנצינדן
אַ ליכט תּמיד 21 .אין אוֹהל-מוֹעד ,דרױסן פֿון ָפּרוֹ ֶכת װאָס פֿאַרן
געזעץ ,זאָל עס אַהרן און ז ַײנע קינדער צוריכטן אױף פֿון אָװנט ביז
אין דער פֿרי ,פֿאַר גאָט; אַן אײביק געזעץ אױף זײערע דוֹר-דוֹרות
פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל.
1און דו מאַך גענענען צו דיר ד ַײן ברודער אַהרֹנען ,און
ז ַײנע זין מיט אים ,פֿון צװישן די קינדער פֿון ישׂראל ,כּדי זײכח
זאָלן ז ַײן כֹּהנים צו מיר; אַהרןָ ,נ ָדב ,און אַביהואֶ ,אל ָעָזר ,און
אי ָת ָמר ,אַהרנס זין 2 .און זאָלסט מאַכן ד ַײן ברודער אַהרֹנען הײליקע
קלײדער פֿאַר אַ כּבוד און פֿאַר אַ שײנקײט 3 .און דו זאָלסט רעדן צו