Page 65 - Shmoyis
P. 65
שמות
און אַ שפּאַן ז ַײן ברײט 17 .און זאָלסט אַר ַײנזעצן אין אים אַן
א ַײנזעצונג פֿון שטײנער ,פֿיר צײלן שטײנער .אַ צײל פֿון רובין,
טאָפּאַז ,און שמאָראַק ,אײן צײל; 18און די צװײטע צײל :גאַרפֿונקל,
סאַפּירשטײן ,און דימענט; 19און די דריטע צײל :יאַכצום ,אַגאַט,
און אַמעטיסט; 20און די פֿירטע צײל :גאָלדשטײן ,און אָניקל ,און
יאַשפּיז; א ַײנגעזעצט אין גאָלד זאָלן זײ ז ַײן אין זײערע א ַײנפֿאַסונגען.
21און די שטײנער זאָלן ז ַײן לױט די נעמען פֿון די קינדער פֿון
ישׂראל ,צװעלף ,לױט זײערע נעמען; װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל,
איטלעכער לױט ז ַײן נאָמען זאָלן זײ ז ַײן ,אַקעגן די צװעלף שבֿטים.
22און זאָלסט מאַכן אױפֿן חושן געדר ַײטע קײטן ,פֿלעכטאַרבעט ,פֿון
רײנעם גאָלד 23 .און זאָלסט מאַכן צום חוֹ ֶשן צװײ גילדערנע רינגען,
און אַרױפֿטאָן די צװײ רינגען אױף די צװײ עקן פֿון חוֹ ֶשן 24 .און
זאָלסט אַר ַײנטאָן די צװײ גילדערנע פֿלעכטן אין די צװײ רינגען ב ַײ
די עקן פֿון חוֹ ֶשן 25 .און די צװײ עקן פֿון די צװײ פֿלעכטן זאָלסטו
אַרױפֿטאָן אױף די צװײ א ַײנפֿאַסונגען ,און אַרױפֿטאָן אױף די
אַקסלבענדער פֿון איפֿוֹד ,אױף ז ַײן פֿאָדערז ַײט 26 .און זאָלסט מאַכן
צװײ גילדערנע רינגען ,און זײ אַרױפֿזעצן אױף די צװײ עקן פֿון חוֹ ֶשן
ב ַײ ז ַײן זױם װאָס צו דער ז ַײט פֿון ֵאפֿוֹד ,אינעװײניק צו 27 .און
זאָלסט מאַכן צװײ גילדערנע רינגען ,און זײ אַרױפֿטאָן אױף די צװײ
אַקסלבענדער פֿון איפֿוֹד ,פֿון אונטן ,אױף ז ַײן פֿאָדערז ַײט ,לעבן ז ַײן
באַהעפֿטונג ,איבער דעם אַרומבאַנד פֿון ֵאפֿוֹד 28 .און מע זאָל
צושנירן דעם חוֹ ֶשן דורך ז ַײנע רינגען צו די רינגען פֿון ֵאפֿוֹד מיט אַ
שנור פֿון בלאָער װאָל ,כּדי ער זאָל ז ַײן אױף דעם אַרומבאַנד פֿון
ֵאפֿוֹד ,און דער חוֹ ֶשן זאָל זיך ניט אַראָפּרוקן פֿון ֵאפֿוֹד 29 .און אַהרן
זאָל טראָגן די נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל אין דעם חושן פֿון
באַשײד אױף ז ַײן האַרצן ,װען ער קומט אין הײליקטום ,פֿאַר אַ
דערמאָנונג פֿאַר גאָט תּמיד 30 .און זאָלסט אַר ַײנטאָן אין דעם חוֹ ֶשן
פֿון באַשײד די אורים-ותּומים ,און זײ זאָלן ז ַײן ב ַײ אַהרֹנען אױפֿן
האַרצן ,װען ער קומט פֿאַר גאָט; און אַהרן זאָל טראָגן דעם באַשײד
פֿון די קינדער פֿון ישׂראל אױף ז ַײן האַרצן פֿאַר גאָט תּמיד.
31און זאָלסט מאַכן דעם מאַנטל פֿון ֵאפֿוֹד פֿון לױטער בלאָער װאָל.
32און ז ַײן עפֿענונג פֿאַרן קאָפּ זאָל ז ַײן אין ז ַײן מיטן; אַ זױם זאָל ז ַײן
ב ַײ ז ַײן עפֿענונג רונד אַרום ,װעבאַרבעט; אַזױ װי די עפֿענונג פֿון אַ
פּאַנצערהעמד זאָל ז ַײן ב ַײ אים ,ער זאָל זיך ניט צער ַײסן 33 .און
זאָלסט מאַכן אױף ז ַײנע ברעגן מילגרױמען פֿון בלאָער װאָל ,און