Page 68 - Shmoyis
P. 68

‫שמות‬

‫‪ 19‬און זאָלסט נעמען דעם צװײטן װידער‪ ,‬און אַהרן און ז ַײנע זין‬
‫זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון װידער‪ 20 .‬און זאָלסט‬
‫שעכטן דעם װידער‪ ,‬און נעמען פֿון ז ַײן בלוט‪ ,‬און אַרױפֿטאָן אױפֿן‬
‫רעכטן אױערלעפּל פֿון אַהרֹנען‪ ,‬און אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון‬
‫ז ַײנע זין‪ ,‬און אױפֿן דױמען פֿון זײער רעכטער האַנט‪ ,‬און אױפֿן‬
‫דױמען פֿון זײער רעכטן פֿוס; און זאָלסט שפּרענגען דאָס בלוט אױפֿן‬
‫מזבח רונד אַרום‪ 21 .‬און זאָלסט נעמען פֿון דעם בלוט װאָס אױפֿן‬
‫מזבח‪ ,‬און פֿון דעם אײל פֿון זאַלבונג‪ ,‬און שפּריצן אױף אַהרֹנען‪ ,‬און‬
‫אױף ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און אױף ז ַײנע זין‪ ,‬און אױף די קלײדער פֿון ז ַײנע‬
‫זין מיט אים; און ער און ז ַײנע קלײדער װעלן װערן הײליק‪ ,‬און ז ַײנע‬
‫זין און די קלײדער פֿון ז ַײנע זין מיט אים‪ 22 .‬און זאָלסט נעמען פֿון‬
‫דעם װידער דאָס פֿעטס‪ ,‬און דעם װײדל‪ ,‬און דאָס פֿעטס װאָס‬
‫באַדעקט די אינגעװײד‪ ,‬און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער‪ ,‬און בײדע‬
‫נירן‪ ,‬און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ‪ ,‬און דעם רעכטן שענקל –‬
‫װאָרום אַ װידער פֿון דערפֿילונג איז דאָס – ‪ 23‬און אײן לאַבן ברױט‪,‬‬
‫און אײן חלה ברױט אױף אײל‪ ,‬און אײן קוכן פֿון דעם קאָרב‬
‫אומגעז ַײערטן ברױט װאָס פֿאַר גאָט‪ 24 .‬און זאָלסט אַלצדינג‬
‫אַרױפֿטאָן אױף די הענט פֿון אַהרֹנען‪ ,‬און אױף די הענט פֿון ז ַײנע זין;‬
‫און זאָלסט זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט‪ 25 .‬און זאָלסט‬
‫עס נעמען פֿון זײער האַנט‪ ,‬און דעמפֿן אױפֿן מזבח‪ ,‬איבער דעם‬
‫בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬פֿאַר אַ געשמאַקן ריח פֿאַר גאָט; אַ פֿ ַײעראָפּפֿער איז‬
‫דאָס צו גאָט‪ 26 .‬און זאָלסט נעמען די ברוסט פֿון דעם װידער פֿון‬
‫דערפֿילונג װאָס פֿאַר אַהרֹנען‪ ,‬און זי אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר‬
‫גאָט; און עס זאָל ז ַײן דיר צום חלק‪ 27 .‬און זאָלסט הײליקן די‬
‫ברוסט פֿון אױפֿהײבונג‪ ,‬און דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג‪ ,‬װאָס איז‬
‫אױפֿגעהױבן געװאָרן‪ ,‬און װאָס איז אָפּגעשײדט געװאָרן פֿון דעם‬
‫װידער פֿון דערפֿילונג‪ ,‬פֿון דעם װאָס פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר ז ַײנע זין‪.‬‬
‫‪ 28‬און עס זאָל געהערן צו אַהרֹנען און צו ז ַײנע קינדער‪ ,‬פֿאַר אַן‬
‫אײביקן רעכט‪ ,‬פֿון די קינדער פֿון ישׂראל; װאָרום אַן אָפּשײדונג איז‬
‫דאָס‪ ,‬און אַן אָפּשײדונג זאָל עס ז ַײן‪ ,‬פֿון די קינדער פֿון ישׂראל פֿון‬

                         ‫זײערע פֿרידאָפּפֿער‪ ,‬זײער אָפּשײדונג צו גאָט‪.‬‬

‫‪ 29‬און די הײליקע קלײדער פֿון אַהרֹנען זאָלן ז ַײן פֿאַר ז ַײנע זין נאָך‬
‫אים‪ ,‬אױף צו זאַלבן אין זײ‪ ,‬און צו דערפֿילן זײער האַנט אין זײ‪30 .‬‬
‫זיבן טעג זאָל זײ אָנטאָן דער פֿון ז ַײנע זין‪ ,‬װאָס װערט דער כֹּהן אױף‬

  ‫ז ַײן אָרט‪ ,‬דער װאָס קומט אין אוֹהל‪-‬מוֹעד צו דינען אין הײליקטום‪.‬‬
   63   64   65   66   67   68   69   70   71   72   73