Page 72 - Shmoyis
P. 72

‫שמות‬

‫מיר‪ 31 .‬און צו די קינדער פֿון ישׂראל זאָלסטו רעדן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַן‬
‫אײל פֿון הײליקער זאַלבונג זאָל דאָס ז ַײן צו מיר אױף א ַײערע דוֹר‪-‬‬
‫דוֹרות‪ 32 .‬אױף אַ מענטשנס ל ַײב זאָל עס ניט געגאָסן װערן‪ ,‬און איר‬
‫זאָלט ניט מאַכן אַזױנס‪ ,‬לױט דער צונױפֿמישונג דערפֿון; הײליק איז‬
‫דאָס‪ ,‬הײליק זאָל עס א ַײך ז ַײן‪ 33 .‬איטלעכער װאָס װעט צוברײטן‬
‫אַזױנס‪ ,‬אָדער װאָס װעט אַרױפֿטאָן דערפֿון אױף אַ פֿרעמדן‪ ,‬װעט‬

                                        ‫פֿאַרשניטן װערן פֿון ז ַײן פֿאָלק‪.‬‬

‫‪ 34‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן‪ :‬נעם דיר שמעקעדיקע געװירצן‪,‬‬
‫טריפֿגעװירץ‪ ,‬און רײכערנעגל‪ ,‬און גאַלאַבאַן; שמעקעדיקע געװירצן‪,‬‬
‫און לױטערן װ ַײרױך; גל ַײך אױף גל ַײך זאָלן זײ ז ַײן‪ 35 .‬און זאָלסט‬
‫מאַכן דערפֿון אַ רײכערװאַרג‪ ,‬אַ בשׂמים אַזױ װי דער בשׂמים‪-‬מישער‬
‫מאַכט‪ ,‬צוגעריכט מיט זאַלץ‪ ,‬רײן‪ ,‬הײליק‪ 36 .‬און זאָלסט דערפֿון דין‬
‫צער ַײבן‪ ,‬און אַרױפֿטאָן דערפֿון פֿאַר דעם געזעץ און אוֹהל‪-‬מוֹעד‪,‬‬
‫װאָס דאָרטן װעל איך זיך אַנטפּלעקן צו דיר; אַ הײליקסטע‬
‫הײליקײט זאָל עס א ַײך ז ַײן‪ 37 .‬און דאָס רײכערװאַרג װאָס דו װעסט‬
‫מאַכן – לױט ז ַײן צונױפֿמישונג זאָלט איר פֿאַר זיך ניט מאַכן; הײליק‬
‫צו גאָט זאָל עס דיר ז ַײן‪ 38 .‬איטלעכער װאָס װעט מאַכן אַזױנס‪ ,‬צו‬

                 ‫שמעקן דערפֿון‪ ,‬װעט פֿאַרשניטן װערן פֿון ז ַײן פֿאָלק‪.‬‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬זע‪ ,‬איך‬

‫האָב גערופֿן מיטן נאָמען ב ַצל ֵאל דעם זון פֿון אורי דעם זוןלא‬

‫פֿון חורן‪ ,‬פֿון שבֿט יהודה‪ 3 ,‬און איך האָב אים אָנגעפֿילט מיטן ג ַײסט‬
‫פֿון גאָט‪ ,‬אין חכמה‪ ,‬און אין פֿאַרשטאַנדיקײט און אין קענשאַפֿט‪,‬‬
‫און אין יעטװעדער מלאָכה‪ 4 ,‬אױסצוקינצלען קונציקע זאַכן‪ ,‬צו‬
‫אַרבעטן אין גאָלד‪ ,‬און אין זילבער‪ ,‬און אין קופּער; ‪ 5‬און אין‬
‫שנ ַײדונג פֿון שטײנער צום א ַײנפֿאַסן‪ ,‬און אין שניצונג פֿון האָלץ‪ ,‬צו‬
‫אַרבעטן אין יעטװעדער מלאָכה‪ 6 .‬און איך‪ ,‬זע‪ ,‬האָב צוגעגעבן צו‬
‫אים אָהליאָב דעם זון פֿון אַחי ָס ָמכן‪ ,‬פֿון שבֿט ָדן; און אין האַרצן פֿון‬
‫אַלע קלוגהאַרציקע האָב איך אַר ַײנגעגעבן חכמה‪ ,‬אַז זײ זאָלן מאַכן‬
‫אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן‪ 7 :‬דעם אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬און דעם אָרון‬
‫פֿאַרן געזעץ‪ ,‬און דעם דעק װאָס איבער אים‪ ,‬און אַלע כּלים פֿון‬
‫געצעלט; ‪ 8‬און דעם טיש און ז ַײנע כּלים‪ ,‬און די רײנע מנוֹרה און‬
‫אַלע אירע כּלים‪ ,‬און דעם מזבח פֿאַר װ ַײרױך; ‪ 9‬און דעם מזבח פֿאַר‬
   67   68   69   70   71   72   73   74   75   76   77