Page 61 - Shmoyis
P. 61
שמות
15און זאָלסט מאַכן די ברעטער צום ִמשכּן פֿון ִשטים-האָלץ,
שטײענדיק 16 .צען אײלן די לענג פֿון אַ ברעט ,און אַן אײל און אַ
האַלבע אײל די ברײט פֿון איטלעכן ברעט 17 .צװײ צאַפּנס צו
איטלעכן ברעט ,אײנער קעגן אַנדערן אַזױ װי שטאַפּלען; אַזױ
זאָלסטו מאַכן צו אַלע ברעטער פֿון ִמשכּן 18 .און זאָלסט מאַכן די
ברעטער צום ִמשכּן ,צװאַנציק ברעטער פֿאַר דער ָדרום-ז ַײט צו
ָדרום 19 .און פֿערציק זילבערנע שװעלן זאָלסטו מאַכן אונטער די
צװאַנציק ברעטער; צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט פֿאַר ז ַײנע
צװײ צאַפּנס ,צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט פֿאַר ז ַײנע צװײ
צאַפּנס 20 .און פֿאַר דער צװײטער ז ַײט פֿון ִמשכּן ,פֿאַר דער צפֿון-
ז ַײט ,צװאַנציק ברעטער 21 ,מיט פֿערציק זילבערנע שװעלן צו זײ:
צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט ,צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט22 .
און פֿאַר דער הינטערשטער ז ַײט פֿון ִמשכּן צו מערבֿ ,זאָלסטו מאַכן
זעקס ברעטער 23 .און צװײ ברעטער זאָלסטו מאַכן פֿאַר די װינקלען
פֿון ִמשכּן ,אױף דער הינטערשטער ז ַײט 24 .און זײ זאָלן ז ַײן
אַר ַײנגעפּאַסט אונטן ,און דעס גל ַײכן זאָלן זײ ז ַײן אַר ַײנגעפּאַסט
אױבן ביז צום ערשטן רינג; אַזױ זאָל ז ַײן ב ַײ זײ בײדן; זײ זאָלן ז ַײן
פֿאַר די צװײ װינקלען 25 .און עס װעלן ז ַײן אַכט ברעטער מיט
זײערע זילבערנע שװעלן – זעכצן שװעלן :צװײ שװעלן אונטער אײן
ברעט ,צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט 26 .און זאָלסט מאַכן ריגלען
פֿון ִשטים-האָלץ; פֿינף פֿאַר די ברעטער פֿון אײן ז ַײט ִמשכּן; 27און
פֿינף ריגלען פֿאַר די ברעטער פֿון דער צװײטער ז ַײט ִמשכּן ,און פֿינף
ריגלען פֿאַר די ברעטער פֿון דער הינטערשטער ז ַײט ִמשכּן ,צו מערבֿ;
28און דעם מיטלסטן ריגל אין מיטן פֿון די ברעטער ,װאָס זאָל
דורכריגלען פֿון עק צו עק 29 .און די ברעטער זאָלסטו איבערציען
מיט גאָלד ,און מאַכן צו זײ רינגען פֿון גאָלד ,אױערן פֿאַר די ריגלען;
און זאָלסט איבערציען די ריגלען מיט גאָלד 30 .און זאָלסט
אױפֿשטעלן דעם ִמשכּן אַזױ װי ז ַײן אָפּמעל װאָס איז דיר באַװיזן
געװאָרן אױפֿן באַרג.
31און זאָלסט מאַכן אַ ָפּרוֹ ֶכת פֿון בלאָער װאָל ,און פּורפּל ,און
װערמילרױט ,און געדר ַײטן ל ַײנען; קונציק אױסגעאַרבעט ,מיט
כּרובֿים זאָל מען אים מאַכן 32 .און זאָלסט אים אַרױפֿטאָן אױף פֿיר
ז ַײלן פֿון ִשטים-האָלץ איבערגעצױגן מיט גאָלד ,מיט זײערע העקלעך
פֿון גאָלד ,אױף פֿיר זילבערנע שװעלן 33 .און זאָלסט אַרױפֿטאָן דעם
ָפּרוֹ ֶכת אונטער די האָקן; און זאָלסט אַר ַײנברענגען אַהין ,אינעװײניק