Page 58 - Shmoyis
P. 58
שמות
שטײנער צום א ַײנפֿאַסן ,פֿאַר דעם ֵאפֿוֹד ,און פֿאַר דעם חוֹ ֶשן 8 .און
זײ זאָלן מיר מאַכן אַ הײליקטום ,אַז איך זאָל רוען צװישן זײ 9 .אַזױ
װי אַלץ װאָס איך װ ַײז דיר ,די געשטאַלט פֿון דעם ִמשכּן ,און די
געשטאַלט פֿון אַלע ז ַײנע כּלים ,אָט אַזױ זאָלט איר מאַכן.
10און זײ זאָלן מאַכן אַן אָרון פֿון ִשטים-האָלץ; צװײ אײלן און אַ
האַלב ז ַײן לענג ,און אַן אײל און אַ האַלב ז ַײן ברײט ,און אַן אײל און
אַ האַלב ז ַײן הײך 11 .און זאָלסט אים איבערציען מיט רײנעם גאָלד
– פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק זאָלסטו אים איבערציען; און
זאָלסט מאַכן אױף אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום 12 .און
זאָלסט אױסגיסן פֿאַר אים פֿיר גילדערנע רינגען ,און אַרױפֿטאָן אױף
ז ַײנע פֿיר פֿיס; און צװײ רינגען זאָלן ז ַײן אױף ז ַײן אײן ז ַײט ,און צװײ
רינגען אױף ז ַײן צװײטער ז ַײט 13 .און זאָלסט מאַכן שטאַנגען פֿון
ִשטים-האָלץ ,און זײ איבערציען מיט גאָלד 14 .און זאָלסט אַר ַײנציען
די שטאַנגען אין די רינגען ב ַײ די ז ַײטן פֿון אָרון ,צו טראָגן אױף זײ
דעם אָרון 15 .אין די רינגען פֿון אָרון זאָלן די שטאַנגען ז ַײן ,זײ זאָלן
ניט אָפּגעטאָן װערן פֿון אים 16 .און זאָלסט אַר ַײנטאָן אין דעם אָרון
דאָס געזעץ װאָס איך װעל דיר געבן.
17און זאָלסט מאַכן אַ דעק פֿון רײנעם גאָלד; צװײ אײלן און אַ
האַלב ז ַײן לענג ,און אַן אײל און אַ האַלב ז ַײן ברײט 18 .און זאָלסט
מאַכן צװײ גילדערנע כּרובֿים; געהאַמערט זאָלסטו זײ מאַכן ,ב ַײ
בײדע עקן פֿון דעק 19 .און מאַך אײן כּרובֿ ב ַײם עק פֿון דער ז ַײט,
און אײן כּרובֿ ב ַײם עק פֿון דער אַנדער ז ַײט; פֿון דעם דעק גופֿא
זאָלט איר מאַכן די כּרובֿים ב ַײ ז ַײנע בײדע עקן 20 .און די כּרובֿים
זאָלן אױסשפּרײטן די פֿליגלען צו דער הײך ,שירעמענדיק מיט זײערע
פֿליגלען איבער דעם דעק ,מיט זײערע פּנימער אײנער אַקעגן
אַנדערן; צום דעק צו זאָלן ז ַײן די פּנימער פֿון די כּרובֿים 21 .און
זאָלסט אַרױפֿטאָן דעם דעק אױבן אױפֿן אָרון; און אין דעם אָרון
זאָלסטו אַר ַײנטאָן דאָס געזעץ װאָס איך װעל דיר געבן 22 .און איך
װעל זיך דאָרטן אַנטפּלעקן צו דיר ,און װעל רעדן מיט דיר פֿון
איבערן דעק ,פֿון צװישן די צװײ כּרובֿים װאָס איבער דעם אָרון פֿון
געזעץ ,אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל.
23און זאָלסט מאַכן אַ טיש פֿון ִשטים-האָלץ; צװײ אײלן ז ַײן לענג,
און אַן אײל ז ַײן ברײט ,און אַן אײל און אַ האַלב ז ַײן הײך 24 .און