Page 53 - Shmoyis
P. 53

‫שמות‬

‫זיכער צוהערן ז ַײן געשרײ‪ 23 .‬און מ ַײן צאָרן װעט גרימען‪ ,‬און איך‬
‫װעל א ַײך הרגען מיטן שװערד‪ ,‬און א ַײערע װ ַײבער װעלן ז ַײן‬

                                 ‫אַלמנות‪ ,‬און א ַײערע קינדער יתוֹמים‪.‬‬

‫‪ 24‬אַז דו װעסט געלט ל ַײען מ ַײן פֿאָלק‪ ,‬דעם אָרימאַן ב ַײ דיר‪,‬‬
‫זאָלסטו ניט ז ַײן צו אים װי אַ בעל‪-‬חוב; איר זאָלט ניט אַרױפֿלײגן‬

                                                        ‫אױף אים צינזן‪.‬‬

‫‪ 25‬אַז דו װעסט נעמען אין משכּון ד ַײן חבֿרס קלײד‪ ,‬זאָלסטו עס אים‬
‫אומקערן אײדער די זון גײט אונטער; ‪ 26‬װאָרום דאָס איז ז ַײן‬
‫אײנציקער צודעק‪ ,‬דאָס איז ז ַײן קלײד פֿאַר ז ַײן ל ַײב; אין װאָס װעט‬
‫ער שלאָפֿן? איז‪ ,‬אַז ער װעט שר ַײען צו מיר‪ ,‬װעל איך צוהערן‪,‬‬

                                            ‫װאָרום איך בין ל ַײטזעליק‪.‬‬

‫‪ 27‬גאָט זאָלסטו ניט שילטן‪ ,‬און אַ פֿירשט אין ד ַײן פֿאָלק זאָלסטו‬
                                                             ‫ניט פֿלוכן‪.‬‬

     ‫‪ 28‬די גאָב פֿון ד ַײן פֿולקײט און ד ַײן ֶשפֿע זאָלסטו ניט שפּעטיקן‪.‬‬

‫דעם ב ָכור פֿון ד ַײנע זין זאָלסטו אָפּגעבן צו מיר‪ 29 .‬דעס גל ַײכן‬
‫זאָלסטו טאָן מיט ד ַײן אָקס‪ ,‬מיט ד ַײנע שאָפּ; זיבן טעג זאָל עס ז ַײן‬

      ‫ב ַײ ז ַײן מוטער‪ ,‬אױפֿן אַכטן טאָג זאָלט איר עס אָפּגעבן צו מיר‪.‬‬

‫‪ 30‬און הײליקע מענטשן זאָלט איר מיר ז ַײן‪ ,‬און פֿלײש פֿון אַ‬
‫פֿאַרצוקטער אױפֿן פֿעלד זאָלט איר ניט עסן; פֿאַרן הונט זאָלט איר‬

                                                      ‫עס אַװעקװאַרפֿן‪.‬‬

‫‪ 1‬זאָלסט ניט אַרױסלאָזן אַ פֿאַלשן קלאַנג; זאָלסט ניט מאַכן‬

‫אײן האַנט מיט דעם רשע צו ז ַײן אַן עדות אױף אומרעכט‪2 .‬כג‬

‫זאָלסט ניט נאָכגײן נאָך אַ ַרבים צום בײזן; און אין אַ קריג זאָלסטו‬
‫ניט עדות זאָגן כּדי זיך צו נ ַײגן נאָך אַ ַרבים צו פֿאַרדרײען‪ 3 .‬און אַן‬

                         ‫אָרימאַן זאָלסטו ניט שאַנעװען אין ז ַײן קריג‪.‬‬

‫‪ 4‬אַז דו װעסט טרעפֿן ד ַײן שׂוֹנאס אָקס‪ ,‬אָדער ז ַײן אײזל‪,‬‬
            ‫בלאָנדזשענדיק‪ ,‬זאָלסטו אומקערן אים אומקערן צו אים‪.‬‬
   48   49   50   51   52   53   54   55   56   57   58