Page 48 - Shmoyis
P. 48
שמות
19און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :אַזױ זאָלסטו זאָגן צו די קינדער
פֿון ישׂראל :איר האָט געזען אַז פֿון הימל האָב איך גערעדט צו א ַײך.
20איר זאָלט ניט מאַכן לעבן מיר געטער פֿון זילבער ,און געטער פֿון
גאָלד זאָלט איר א ַײך ניט מאַכן 21 .אַ מזבח פֿון ערד זאָלסטו מיר
מאַכן ,און שלאַכטן אױף אים ד ַײנע בראַנדאָפּפֿער און ד ַײנע
פֿרידאָפּפֿער ,ד ַײנע שאָפּ און ד ַײנע רינדער; אין יעטװעדער אָרט װוּ
איך װעל מאַכן דערמאָנען מ ַײן נאָמען ,װעל איך קומען צו דיר ,און
װעל דיך בענטשן 22 .און אױב אַ מזבח פֿון שטײנער װעסטו מיר
מאַכן ,זאָלסטו זײ ניט בױען געהאַקטע ,װאָרום ד ַײן האַקא ַײזן
האָסטו אױפֿגעהױבן דערױף ,און האָסט עס פֿאַרשװעכט 23 .און
זאָלסט ניט אַרױפֿגײן מיט טרעפּ אױף מ ַײן מזבח ,כּדי ז ַײן
נאַקעטקײט זאָל ניט אַנטפּלעקט װערן אױף אים.
ִמ ְש ָפּ ִטים
1און דאָס ז ַײנען די געזעצן װאָס דו זאָלסט לײגן פֿאַר זײ2 :
אַז דו װעסט קױפֿן אַ אידישן קנעכט ,זאָל ער זעקס יאָרכא
דינען ,און אױפֿן זיבעטן זאָל ער אַרױסגײן פֿר ַײ אומזיסט 3 .אױב ער
איז אַלײן געקומען ,זאָל ער אַלײן אַרױסגײן; אױב ער איז אַ
באַװ ַײבטער ,זאָל ז ַײן װ ַײב אַרױסגײן מיט אים 4 .אױב ז ַײן האַר װעט
אים געבן אַ װ ַײב ,און זי װעט אים געבערן זין אָדער טעכטער ,זאָל
די װ ַײב מיט אירע קינדער געהערן צו איר האַר ,און ער זאָל
אַרױסגײן אַלײן 5 .און אױב זאָגן װעט זאָגן דער קנעכט :איך האָב
ליב מ ַײן האַר ,מ ַײן װ ַײב ,און מ ַײנע קינדער ,איך װיל ניט אַרױסגײן
פֿר ַײ; 6זאָל ז ַײן האַר אים מאַכן גענענען צו גאָט ,און אים מאַכן
גענענען צום טיר ,אָדער צום ב ַײשטידל ,און ז ַײן האַר זאָל דורכאָלן
ז ַײן אױער מיט אַן אָל; און ער זאָל אים דינען אױף שטענדיק.
7און אַז אַ מאַן װעט פֿאַרקױפֿן ז ַײן טאָכטער פֿאַר אַ דינסט ,זאָל זי
ניט אַרױסגײן אַזױ װי עס גײען אַרױס די קנעכט 8 .אױב זי געפֿעלט
ניט אין די אױגן פֿון איר האַר ,װאָס האָט זי געהאַט באַשטימט פֿאַר
זיך ,זאָל ער זי לאָזן אױסלײזן; ער זאָל ניט געװעלטיקן זי צו
פֿאַרקױפֿן צו פֿרעמדע מענטשן ,װען ער פֿעלשט אָן איר 9 .און אױב
ער װעט זי באַשטימען פֿאַר ז ַײן זון ,זאָל ער טאָן צו איר אַזױ װי דער
שטײגער מיט טעכטער 10 .אױב ער װעט זיך נעמען אַן אַנדערע ,זאָל