Page 47 - Shmoyis
P. 47

‫שמות‬

‫‪ 7‬זאָלסט ניט אַרױפֿברענגען דעם נאָמען פֿון יהוה ד ַײן גאָט צום‬
‫פֿאַלשן‪ ,‬װאָרום יהוה שענקט ניט דעם װאָס ברענגט אַרױף ז ַײן‬

                                                    ‫נאָמען צום פֿאַלשן‪.‬‬

‫‪ 8‬געדענק דעם טאָג פֿון שבת‪ ,‬אים צו האַלטן הײליק‪ 9 .‬זעקס טעג‬
‫זאָלסטו אַרבעטן‪ ,‬און טאָן אַלע ד ַײנע מלאָכות; ‪ 10‬אָבער דער‬
‫זיבעטער טאָג איז שבת צו יהוה ד ַײן גאָט‪ ,‬זאָלסטו ניט טאָן קײן‬
‫מלאָכה‪ ,‬דו‪ ,‬און ד ַײן זון‪ ,‬און ד ַײן טאָכטער‪ ,‬ד ַײן קנעכט‪ ,‬און ד ַײן‬
‫דינסט‪ ,‬און ד ַײן בהמה‪ ,‬און ד ַײן פֿרעמדער װאָס אין ד ַײנע טױערן‪11 .‬‬
‫װאָרום זעקס טעג האָט גאָט געמאַכט דעם הימל און די ערד‪ ,‬דעם‬
‫ים‪ ,‬און אַלץ װאָס אין זײ‪ ,‬און אױפֿן זיבעטן טאָג האָט ער גערוט;‬
‫דרום האָט גאָט געבענטשט דעם טאָג פֿון שבת‪ ,‬און האָט אים‬

                                                             ‫געהײליקט‪.‬‬

 ‫‪ 12‬האַלט אין כּבוד ד ַײן פֿאָטער און ד ַײן מוטער‪ ,‬כּדי ד ַײנע טעג זאָלן‬
              ‫זיך לענגערן אױף דער ערד װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר‪.‬‬
                                                 ‫‪ 13‬זאָלסט ניט הרגען‪.‬‬
                                                  ‫זאָלסט ניט מַזנה ז ַײן‪.‬‬
                                                     ‫זאָלסט ניט גנבֿען‪.‬‬
                        ‫זאָלסט ניט זאָגן אױף ד ַײן חבֿר פֿאַלשע עדות‪.‬‬

‫‪ 14‬זאָלסט ניט גלוסטן ד ַײן חבֿרס הױז; זאָלסט ניט גלוסטן ד ַײן‬
‫חבֿרס װ ַײב‪ ,‬אָדער ז ַײן קנעכט‪ ,‬אָדער ז ַײן דינסט‪ ,‬אָדער ז ַײן אָקס‪,‬‬

                 ‫אָדער ז ַײן אײזל‪ ,‬אָדער װאָס נאָר עס איז ד ַײן חבֿרס‪.‬‬

‫‪ 15‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט בײגעװוינט די דונערן‪ ,‬און די‬
‫פלאַמען‪ ,‬און דעם ָקול פֿון שוֹפֿר‪ ,‬און דעם רױכיקן באַרג; און װי‬
‫דאָס פֿאָלק האָט עס געזען‪ ,‬אַזױ האָבן זײ געציטערט‪ ,‬און ז ַײנען‬
‫געשטאַנען פֿון דער װ ַײטן‪ 16 .‬און זײ האָבן געזאָגט צו משהן‪ :‬רעד דו‬
‫צו אונדז‪ ,‬און מיר װעלן הערן‪ ,‬און זאָל ניט רעדן צו אונדז גאָט; מיר‬

                                                 ‫װעלן חלילה שטאַרבן‪.‬‬

‫‪ 17‬האָט משה געזאָגט צום פֿאָלק‪ :‬איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן‪,‬‬
‫װאָרום כּדי א ַײך צו פּרוּװן איז גאָט געקומען‪ ,‬און כּדי ז ַײן מוֹרא זאָל‬
‫ז ַײן פֿאַר א ַײער פּנים‪ ,‬אַז איר זאָלט ניט זינדיקן‪ 18 .‬איז דאָס פֿאָלק‬
‫געשטאַנען פֿון דער װ ַײטן‪ ,‬און משה האָט גענענט צו דעם נעבל‬

                                          ‫װאָס דאָרטן איז געװען גאָט‪.‬‬
   42   43   44   45   46   47   48   49   50   51   52