Page 42 - Shmoyis
P. 42
שמות
14און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :שר ַײב דאָס אױף פֿאַר אַ
געדעכעניש אין אַ בוך ,און טו עס אין די אױערן פֿון יהוֹשוען ,אַז
אױסמעקן װעל איך אױסמעקן דעם ֵזכר פֿון ַע ָמ ֵלק ,פֿון אונטערן
הימל.
15און משה האָט געבױט אַ מזבח ,און האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען יהוה-
ִנסי .און ער האָט געזאָגט:
פֿאַר װאָר ,די האַנט אױפֿן טראָן פֿון ָיה! מלחמה איז ב ַײ יהוה מיט
ַע ָמ ֵלק פֿון ָדור צו ָדור.
ִי ְתרוֹ
1און ִיתרוֹ דער פּריסטער פֿון ִמדָין ,משהס שװער ,האָט
געהערט אַלץ װאָס גאָט האָט געטאָן צו משהן ,און צו ז ַײןיח
פֿאָלק ישׂראל ,װי גאָט האָט אַרױסגעצױגן ישׂראל פֿון ִמצ ַר ִים 2 .האָט
ִיתרוֹ ,משהס שװער ,גענומען ִצפּוֹ ָרה ,משהס װ ַײב ,נאָך דעם װי ער
האָט זי געהאַט אַװעקגעשיקט 3 ,און אירע צװײ זין ,װאָס דער
נאָמען פֿון אײנעם איז געװען ֵגרשוֹם ,װ ַײל ער האָט געזאָגט :איך בין
אַ פֿרעמדער אין אַ פֿרעמדן לאַנד 4 ,און דער נאָמען פֿון אַנדערן איז
געװען ֶאלי ֶעֶזר ,װ ַײל" :דער גאָט פֿון מ ַײן פֿאָטער איז מיר געװען צו
הילף ,און ער האָט מיך מציל געװען פֿון ַפּרעהס שװערד" 5 .און
ִיתרוֹ ,משהס שװער ,איז געקומען מיט ז ַײנע זין און ז ַײן װ ַײב צו
משהן אין דעם מדבר װאָס ער האָט דאָרטן גערוט ,ב ַײם באַרג פֿון
גאָט 6 .און ער האָט געלאָזט זאָגן משהן :איך ד ַײן שװער ִיתרוֹ קום
צו דיר ,און ד ַײן װ ַײב ,און אירע צװײ זין מיט איר.
7איז משה אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן ז ַײן שװער ,און ער האָט זיך
געבוקט ,און האָט אים געקושט ,און זײ האָבן אײנער דעם אַנדערן
געפרעגט אױף פֿריד ,און זײ ז ַײנען אַר ַײנגעגאַנגען אין געצעלט 8 .און
משה האָט דערצײלט ז ַײן שװער אַלץ װאָס גאָט האָט געטאָן צו
ַפּרעהן און צו ִמצ ַר ִים פֿון װעגן ישׂראל ,אַלדי מאַטערניש װאָס זײ
האָט געטראָפן אױפֿן װעג ,און װי גאָט האָט זײ מציל געװען.
9האָט זיך ִיתרוֹ געפרײט איבער אַלעם גוטן װאָס גאָט האָט געטאָן
צו ישׂראל ,װאָס ער האָט זײ מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון ִמצ ַר ִים.
10און ִיתרוֹ האָט געזאָגט :געלױבט איז יהוה װאָס האָט א ַײך מציל