Page 37 - Shmoyis
P. 37

‫שמות‬

‫געקומען קײן ָמ ָרה; אָבער זײ האָבן ניט געקענט טרינקען דאָס‬
‫װאַסער פֿון ָמ ָרה‪ 24 ,‬װ ַײל עס איז געװען ביטער‪ .‬דרום האָט מען‬
‫גערופֿן איר נאָמען ָמ ָרה‪ .‬און דאָס פֿאָלק האָט געמורמלט אַקעגן‬
‫משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬װאָס זאָלן מיר טרינקען? ‪ 25‬האָט ער געשריען‬
‫צו גאָט‪ ,‬און גאָט האָט אים אָנגעװיזן אַ בױם‪ ,‬און ער האָט אים‬
‫אַר ַײנגעװאָרפֿן אין װאַסער‪ ,‬און דאָס װאַסער איז געװאָרן זיס‪.‬‬
‫דאָרטן האָט ער זײ געמאַכט חוקים און געזעצן‪ ,‬און דאָרטן האָט ער‬
‫זײ געפּרוּװט‪ 26 .‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬אױב צוהערן װעסטו צוהערן‬
‫צו דעם ָקול פֿון יהוה ד ַײן גאָט‪ ,‬און װעסט טאָן װאָס איז‬
‫רעכטפֿאַרטיק אין ז ַײנע אױגן‪ ,‬און װעסט האָרכן צו ז ַײנע געבאָט‪ ,‬און‬
‫היטן אַלע ז ַײנע חוקים‪ ,‬װעל איך אַלדי קראַנקשאַפֿט װאָס איך האָב‬
‫אַרױפֿגעטאָן אױף ִמצ ַר ִים‪ ,‬ניט אַרױפֿטאָן אױף דיר; װאָרום איך יהוה‬

                                                    ‫בין ד ַײן פֿאַרהיטער‪.‬‬

‫‪ 27‬און זײ ז ַײנען געקומען קײן ֵאי ִלם; און דאָרטן ז ַײנען געװען‬
‫צװעלף קװאַלן װאַסער‪ ,‬און זיבעציק טײטלבײמער; און זײ האָבן‬

                                           ‫דאָרטן גערוט ב ַײם װאַסער‪.‬‬

‫‪ 1‬און זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון ֵאי ִלם‪ ,‬און די גאַנצע עדה‬

‫פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז אָנגעקומען אין מדבר סין װאָסטז‬

‫צװישן ֵאי ִלם און צװישן סיַני‪ ,‬אין פופצנטן טאָג פֿון צװײטן חוֹדש‬
                                 ‫נאָך זײער אַרױסגײן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים‪.‬‬

‫‪ 2‬און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט געמורמלט‬
‫אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען אין מדבר; ‪ 3‬און די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל האָבן צו זײ געזאָגט‪ :‬הלװאַי װאָלטן מיר געשטאָרבן דורך‬
‫דער האַנט פֿון גאָט אין לאַנד ִמצ ַר ִים װען מיר ז ַײנען געזעסן איבערן‬
‫פלײש װען מיר האָבן געגעסן ברױט צו זאַט; װאָרום איר האָט אונדז‬
‫אַרױסגעבראַכט אין דעם דאָזיקן מדבר‪ ,‬צו טײטן די דאָזיקע גאַנצע‬

                                             ‫א ַײנזאַמלונג דורך הונגער‪.‬‬

‫‪ 4‬האָט גאָט געזאָגט צו משהן‪ :‬זע‪ ,‬איך מאַך א ַײך רעגענען ברױט פֿון‬
‫הימל‪ ,‬און דאָס פֿאָלק װעט אַרױסגײן און קל ַײבן איטלעכן טאָג די‬
‫באַדערפעניש פֿון טאָג‪ ,‬כּדי איך זאָל אים פּרוּװן אױב ער װעט גײן‬
‫אין מ ַײן תּוֹרה אָדער ניט‪ 5 .‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬אױפֿן זעקסטן טאָג‪ ,‬אַז‬
   32   33   34   35   36   37   38   39   40   41   42