Page 32 - Shmoyis
P. 32
שמות
5איז אָנגעזאָגט געװאָרן דעם מלך פֿון מצ ַר ִים ,אַז דאָס פֿאָלק איז
אַנטלאָפן ,און דאָס האַרץ פֿון ַפּרעהן און פֿון ז ַײנע קנעכט איז
פֿאַרקערט געװאָרן אַקעגן דעם פֿאָלק ,און זײ האָבן געזאָגט :װאָס
האָבן מיר דאָ געטאָן ,װאָס מיר האָבן אַװעקגעלאָזן ישׂראל פֿון אונדז
צו דינען?
6האָט ער א ַײנגעשפּאַנט ז ַײן ר ַײטװאָגן ,און האָט גענומען מיט זיך
ז ַײן פֿאָלק 7 .און ער האָט מיטגענומען זעקס הונדערט געקליבענע
ר ַײטװעגן ,און אַלע ר ַײטװעגן פֿון ִמצ ַר ִים ,און עלטסטע איבער זײ
אַלע 8 .און גאָט האָט פֿעסט געמאַכט דאָס האַרץ פֿון ַפּרעה דעם
מלך פֿון ִמצ ַר ִים ,און ער האָט נאָכגעיאָגט די קינדער פֿון ישׂראל; און
די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען מיט אַ הױכער האַנט9 .
און די ִמצרים האָבן זײ נאָכגעיאָגט ,אַלע פֿערד ,די ר ַײטװעגן פֿון
ַפּרעהן ,און ז ַײנע ר ַײטער ,און ז ַײן חיל ,און זײ האָבן זײ אָנגעיאָגט װי
זײ האָבן גערוט ב ַײם ים ,ב ַײ פּי-החירוֹת ,פֿאַר ב ַעל-צפֿון 10 .און װי
ַפּרעה האָט זיך דערנענטערט ,אַזױ האָבן די קינדער פֿון ישׂראל
אױפֿגעהױבן זײערע אױגן ,ערשט די ִמצרים ציען הינטער זײ ,און זײ
האָבן זײער מוֹרא געהאַט; און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשריען
צו גאָט 11 .און זײ האָבן געזאָגט צו משהן :צי װ ַײל קײן קברים
ז ַײנען ניטאָ אין ִמצ ַר ִים ,האָסטו אונדז אַרױסגענומען צו שטאַרבן אין
דער מדבר? װאָס האָסטו דאָ געטאָן צו אונדז ,אונדז אַרױסצוציען
פֿון ִמצ ַר ִים? 12איז דאָס ניט דאָס װאָרט װאָס מיר האָבן גערעדט צו
דיר אין ִמצ ַר ִים ,אַזױ צו זאָגן” :טו זיך אָפּ פֿון אונדז ,און לאָמיר
דינען ִמצ ַר ִים“? װאָרום בעסער פֿאַר אונדז צו דינען ִמצ ַר ִים ,אײדער
מיר זאָלן שטאַרבן אין דער מדבר 13 .האָט משה געזאָגט צום פֿאָלק:
איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן; שטײט און זעט די ישועה פֿון גאָט װאָס
ער װעט א ַײך ה ַײנט טאָן; װאָרום װי איר זעט ה ַײנט די ִמצרים ,װעט
איר זײ אױף אײביק מער װידער ניט אָנזען 14 .גאָט װעט מלחמה
האַלטן פֿאַר א ַײך ,און איר װעט שטײן שטיל.
15און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :װאָס שר ַײסטו צו מיר? רעד צו
די קינדער פֿון ישׂראל ,זײ זאָלן ציען 16 .און דו הײב אױף ד ַײן
שטעקן ,און שטרעק אױס ד ַײן האַנט אױפֿן ים ,און שפּאַלט ים ,און
די קינדער פֿון ישׂראל װעלן אַר ַײן אין מיטן ים אױף טריקעניש17 .
און איך ,זע ,איך מאַך פֿעסט דאָס האַרץ פֿון די ִמצרים ,און זײ װעלן
אַר ַײן נאָך זײ; און איך װעל געערלעכט װערן דורך ַפּרעהן ,און דורך