Page 29 - Shmoyis
P. 29

‫שמות‬

‫אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים‪ 42 .‬אַ װאַכנאַכט איז דאָס געװען‬
‫ב ַײ גאָט זײ אַרױסצוציען פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים; איז די דאָזיקע אײגענע‬
‫נאַכט אַ װאַכנאַכט צו גאָט ב ַײ אַלע קינדער פֿון ישׂראל אױף זײערע‬

                                                             ‫דוֹר‪-‬דוֹרות‪.‬‬

‫‪ 43‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן און אַהרֹנען‪ :‬דאָס איז דער דין‬
‫פֿון דעם ָקרבן‪-‬פּסח‪ :‬קײן פֿרעמד‪-‬געבאָרענער טאָר פֿון אים ניט עסן‪.‬‬
‫‪ 44‬און װוּ נאָר עמיצנס אַ קנעכט געקױפֿט פֿאַר געלט‪ ,‬אַז דו‬
‫האָסט אים גע ַמלט‪ ,‬דענצמאָל מעג ער פֿון אים עסן‪ 45 .‬אַן‬
‫א ַײנגעװאַנדערטער און אַ געדונגענער טאָר פֿון אים ניט עסן‪ 46 .‬אין‬
‫אײן הױז זאָל ער געגעסן װערן; זאָלסט ניט אַרױסטראָגן פֿון דעם‬
‫פלײש אױסן הױז; און אַ בײן זאָלט איר ניט צעברעכן אין אים‪ 47 .‬די‬
‫גאַנצע עדה פֿון ישׂראל זאָל אים מאַכן‪ 48 .‬און אַז ב ַײ דיר װעט זיך‬
‫אױפֿהאַלטן אַ פֿרעמדער‪ ,‬און ער װעט װעלן מאַכן אַ ָקרבן‪-‬פּסח צו‬
‫גאָט‪ ,‬זאָל ב ַײ אים גע ַמלט װערן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן‪ ,‬און‬
‫דענצמאָל קען ער גענענען אים צו מאַכן; און ער זאָל ז ַײן אַזױ װי אַן‬
‫א ַײנגעבאָרענער פֿון לאַנד; אָבער קײן אומבאַשניטענער טאָר פֿון‬
‫אים ניט עסן‪ 49 .‬אײן געזעץ זאָל ז ַײן פֿאַר דעם א ַײנגעבאָרענעם‪ ,‬און‬

                  ‫פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן א ַײך‪.‬‬

‫‪ 50‬און אַלע קינדער פֿון ישׂראל האָבן דאָס געטאָן; אַזױ װי גאָט האָט‬
                    ‫באַפֿױלן משהן און אַהרֹנען‪ ,‬אַזױ האָבן זײ געטאָן‪.‬‬

‫‪ 51‬און עס איז געװען אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג‪ ,‬האָט גאָט‬
‫אַרױסגעצױגן די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬לױט זײערע‬

                                                                 ‫מחנות‪.‬‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬הײליק צו‬

‫מיר יעטװעדער ב ָכור; איטלעכס װאָס עפנט דעם טראַכטיג‬

‫צװישן די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬פֿון אַ מענטשן אָדער פֿון אַ בהמה‪,‬‬
                                                   ‫זאָל געהערן צו מיר‪.‬‬

‫‪ 3‬און משה האָט געזאָגט צו דעם פֿאָלק‪ :‬געדענקט דעם דאָזיקן טאָג‬
‫װאָס איר ז ַײט אַרױסגעגאַנגען פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬פֿון דעם הױז פֿון‬
‫קנעכטשאַפט; װאָרום מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט א ַײך גאָט‬
   24   25   26   27   28   29   30   31   32   33   34