Page 33 - Shmoyis
P. 33

‫שמות‬

‫ז ַײן גאַנצן חיל‪ ,‬דורך ז ַײנע ר ַײטװעגן‪ ,‬און דורך ז ַײנע ר ַײטער‪ 18 .‬און‬
‫די ִמצרים װעלן װיסן אַז איך בין יהוה‪ ,‬װען איך װער געערלעכט‬

            ‫דורך ַפּרעהן‪ ,‬דורך ז ַײנע ר ַײטװעגן‪ ,‬און דורך ז ַײנע ר ַײטער‪.‬‬

‫‪ 19‬און דער מלאך פֿון גאָט װאָס איז געגאַנגען פֿאַר דער מחנה פֿון‬
‫ישׂראל‪ ,‬האָט אַװעקגעצױגן און איז געגאַנגען פֿון הינטער זײ; און‬
‫דער װאָלקנז ַײל האָט אַװעקגעצױגן פֿון פֿאַר זײ‪ ,‬און האָט זיך‬
‫געשטעלט הינטער זײ; ‪ 20‬און ער איז געקומען צװישן דער מחנה פֿון‬
‫ִמצ ַר ִים‪ ,‬און צװישן דער מחנה פֿון ישׂראל; און דאָרטן איז געװען‬
‫דער װאָלקן און די פֿינצטערניש און דאָ האָט ער באַלוכטן די נאַכט;‬
‫און אײנע האָט ניט גענענט צו דער אַנדערער די גאַנצע נאַכט‪21 .‬‬
‫און משה האָט אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט אױפֿן ים‪ ,‬און גאָט האָט‬
‫געטריבן דעם ים מיט אַ שטאַרקן מזרח‪-‬װינט אַ גאַנצע נאַכט‪ ,‬און‬
‫געמאַכט דעם ים פֿאַר אַ טריקעניש‪ ,‬און די װאַסערן האָבן זיך‬
‫צעשפּאָלטן‪ .‬און די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען אַר ַײנגעגאַנגען אין‬
‫מיטן ים אױף טריקעניש; און די װאַסערן ז ַײנען זײ געװען אַ מױער‬
‫פֿון זײער רעכטער ז ַײט און פֿון זײער לינקער‪ 23 .‬און די ִמצרים האָבן‬
‫נאָכגעיאָגט‪ ,‬און אַלע פֿערד פֿון ַפּרעהן‪ ,‬ז ַײנע ר ַײטװעגן‪ ,‬און ז ַײנע‬
‫ר ַײטער‪ ,‬ז ַײנען אַר ַײן נאָך זײ אין מיטן ים‪ 24 .‬און עס איז געװען אין‬
‫דער פֿרימאָרגנװאַך‪ ,‬האָט גאָט אַראָפּגעקוקט אױף דער מחנה פֿון‬
‫ִמצ ַר ִים מיט אַ ז ַײל פֿון פֿ ַײער און װאָלקן‪ ,‬און ער האָט פֿאַרטומלט די‬
‫מחנה פֿון ִמצ ַר ִים‪ 25 .‬און ער האָט אָפּגעטאָן די רעדער פֿון זײערע‬
‫ר ַײטװעגן‪ ,‬און זײ געמאַכט פאָרן מיט שװעריקײט‪ ,‬און די ִמצרים‬
‫האָבן געזאָגט‪ :‬לאָמיר אַנטלױפן פֿון ישׂראל‪ ,‬װאָרום יהוה האַלט‬

                                          ‫מלחמה פֿאַר זײ מיט ִמצ ַר ִים‪.‬‬

‫‪ 26‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן‪ :‬שטרעק אױס ד ַײן האַנט אױפֿן‬
‫ים‪ ,‬און זאָלן די װאַסערן זיך אומקערן אױף די ִמצרים‪ ,‬אױף זײערע‬
‫ר ַײטװעגן‪ ,‬און אױף זײערע ר ַײטער‪ 27 .‬האָט משה אױסגעשטרעקט‬
‫ז ַײן האַנט אױפֿן ים‪ ,‬און דער ים האָט זיך אומגעקערט אַקעגן‬
‫פֿרימאָרגן צו ז ַײן שטאַרקײט‪ ,‬און די ִמצרים ז ַײנען אים אָנגעלאָפן‬
‫אַנטקעגן; און גאָט האָט אַר ַײנגעטרײסלט די ִמצרים אין מיטן ים‪28 .‬‬
‫און די װאַסערן האָבן זיך אומגעקערט‪ ,‬און האָבן צוגעדעקט די‬
‫ר ַײטװעגן‪ ,‬און די ר ַײטער – דעם גאַנצן חיל פֿון ַפּרעהן‪ ,‬װאָס איז‬
‫אַר ַײן נאָך זײ אין ים; ניט געבליבן פֿון זײ צו מאָל אַן אײנציקער‪29 .‬‬
‫און די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען געגאַנגען אין מיטן ים אױף‬
   28   29   30   31   32   33   34   35   36   37   38