Page 30 - Shmoyis
P. 30
שמות
אַרױסגעצױגן פֿון דאַנען; דרום זאָל ניט געגעסן װערן חמץ 4 .ה ַײנט
גײט איר אַרױס ,אין חוֹדש אָביבֿ 5 ,איז ,אַז גאָט װעט דיך ברענגען
אין לאַנד פֿון דעם כַּנ ֲעני ,און דעם ִחתּי ,און דעם ֶאמוֹרי ,און דעם
חוי ,און דעם יבֿוסי ,װאָס ער האָט געשװאָרן ד ַײנע עלטערן ,דיר צו
געבן ,אַ לאַנד װאָס פליסט מיט מילך און האָניק ,זאָלסטו טאָן דעם
דאָזיקן דינסט אין דעם דאָזיקן חוֹדש 6 .זיבן טעג זאָלסטו עסן מצות
און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל ז ַײן אַ ָיום-טובֿ צו גאָט 7 .מצות זאָל
געגעסן װערן אין די זיבן טעג ,און עס זאָל ניט געזען װערן ב ַײ דיר
חמץ ,און עס זאָל ניט געזען װערן ב ַײ דיר זױערטײג ,אין ד ַײן גאַנצן
גבֿול 8 .און זאָלסט דערצײלן ד ַײן זון אין יענעם טאָג ,אַזױ צו זאָגן:
דאָס איז פֿון װעגן דעם װאָס גאָט האָט מיר געטאָן ב ַײ מ ַײן אַרױסגײן
פֿון ִמצ ַר ִים .און עס זאָל דיר ז ַײן פֿאַר אַ צײכן אױף ד ַײן האַנט ,און
פֿאַר אַ דערמאָנונג צװישן ד ַײנע אױגן ,כּדי די תּוֹרה פֿון גאָט זאָל ז ַײן
אין ד ַײן מױל; װאָרום מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט דיך גאָט
אַרױסגעצױגן פֿון ִמצ ַר ִים 10 .און זאָלסט אָפּהיטן דאָסדאָזיקע געזעץ
אין ז ַײן געשטעלטער צ ַײט ,פֿון יאָר צו יאָר.
11און עס װעט ז ַײן ,אַז גאָט װעט דיך ברענגען אין לאַנד פֿון דעם
כַּנ ֲעני ,אַזױ װי ער האָט געשװאָרן דיר און ד ַײנע עלטערן ,און ער
װעט עס דיר געבן 12 ,זאָלסטו אָפּשײדן איטלעכס װאָס עפנט דעם
טראַכט ,צו גאָט; און איטלעך ערשטגעבאָרנס פֿון אַ בהמה װאָס דו
װעסט האָבן ,אױב ז ָכרים ,זאָל געהערן צו גאָט 13 .און יעטװעדער
ערשטלינג פֿון אַן אײזל זאָלסטו אױסלײזן מיט אַ לאַם ,און אױב דו
װעסט ניט אױסלײזן ,זאָלסטו אים אָפּהאַקן דאָס געניק .און
יעטװעדער ב ָכור פֿון מענטשן צװישן ד ַײנע זין זאָלסטו אױסלײזן.
14און עס װעט ז ַײן ,אַז ד ַײן זון װעט דיך פֿרעגן שפּעטער אַהין ,אַזױ
צו זאָגן :װאָס איז דאָס? זאָלסטו זאָגן צו אים :מיט אַ שטאַרקער
האַנט האָט אונדז גאָט אַרױסגעצױגן פֿון ִמצ ַר ִים ,פֿון דעם הױז
פֿון קנעכטשאַפט 15 .און עס איז געװען ,אַז ַפּרעה האָט זיך
א ַײנגעשפֿאַרט קעגן אונדז אַװעקלאָזן ,האָט גאָט געהרגעט
יעטװעדער ב ָכור אין לאַנד ִמצ ַר ִים ,פֿון אַ ב ָכור פֿון אַ מענטשן ביז אַ
ב ָכור פֿון אַ בהמה; דרום שלאַכט איך צו גאָט איטלעכס װאָס עפנט
דעם טראַכט ,אױב ז ָכרים; און יעטװעדער ב ָכור פֿון מ ַײנע זין לײז
איך אױס 16 .און עס זאָל ז ַײן פֿאַר אַ צײכן אױף ד ַײן האַנט ,און פֿאַר