Page 25 - Shmoyis
P. 25
שמות
טר ַײבנדיק אין גאַנצן אַרױסטר ַײבן פֿון דאַנען 2 .רעד אַקאָרשט אין
די אױערן פֿון פֿאָלק ,זײ זאָלן אַנטל ַײען איטלעכער פֿון ז ַײן חבֿר ,און
איטלעכע פֿון איר חבֿרטע ,זילבערנע זאַכן און גילדערנע זאַכן.
3און גאָט האָט געגעבן דעם פֿאָלק חן אין די אױגן פֿון ִמצ ַר ִים .אױך
איז דער מאַן משה געװען זײער גרױס אין לאַנד ִמצ ַר ִים ,אין די אױגן
פֿון ַפּרעהס קנעכט ,און אין די אױגן פֿון פֿאָלק.
4און משה האָט געזאָגט :אַזױ האָט גאָט געזאָגט :אַרום האַלבע
נאַכט װעל איך אַרױסגײן צװישן ִמצ ַר ִים; 5און עס װעט שטאַרבן
יעטװעדער ב ָכור אין לאַנד ִמצ ַר ִים ,פֿון דעם ב ָכור פֿון ַפּרעהן װאָס
דאַרף זיצן אױף ז ַײן טראָן ,ביז דעם ב ָכור פֿון דער דינסט װאָס
הינטער די מילשטײנער; אױך יעטװעדער ב ָכור פֿון אַ בהמה 6 .און
עס װעט װערן אַ גרױס געשרײ אין גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים ,װאָס אַזאַ
איז ניט געװען ,און אַזאַ װעט מער ניט ז ַײן 7 .אָבער קעגן אַלע
קינדער פֿון ישׂראל װעט אַ הונט ניט שאַרפֿן ז ַײן צונג ,ס ַײ קעגן אַ
מענטשן ,ס ַײ קעגן אַ בהמה; כּדי איר זאָלט װיסן ,אַז יהוה שײדט אָפּ
צװישן ִמצ ַר ִים און צװישן ישׂראל 8 .און אַלע די דאָזיקע קנעכט
ד ַײנע װעלן אַראָפּנידערן צו מיר ,און װעלן זיך בוקן צו מיר ,אַזױ צו
זאָגן :גײ אַרױס ,דו מיט ד ַײן גאַנצן פֿאָלק װאָס היטנער דיר; און נאָך
דעם װעל איך אַרױסגײן – .און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון ַפּרעהן
אין גרימצאָרן.
9און גאָט האָט געזאָגט צו משהןַ :פּרעה װעט ניט צוהערן צו א ַײך;
כּדי צו מערן מ ַײנע װוּנדער אין אַלנד ִמצ ַר ִים 10 .און משה און אַהרן
האָבן געטאָן אַלע די דאָזיקע װוּנדער פֿאַר ַפּרעהן; אָבער גאָט האָט
פֿעסט געמאַכט ַפּרעהס האַרץ ,און ער האָט ניט אַװעקגעלאָזן די
קינדער פֿון ישׂראל פֿון ז ַײן לאַנד.
1און גאָט האָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען אין לאַנד
ִמצ ַרִים ,אַזױ צו זאָגן 2 :דערדאָזיקער חוֹדש זאָל א ַײך ז ַײן דעריב
אָנהײב פֿון חדשים; דער ערשטער פֿון די חדשים פֿון יאָר זאָל ער
א ַײך ז ַײן 3 .רעד צו דער גאַנצער עדה פֿון ישׂראל ,אַזױ צו זאָגן :אין
צענטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חוֹדש ,זאָלן זײ איטלעכער זיך נעמען צו
לאַם פֿאַר אַ פֿאָטערהױז ,צו לאַם פֿאַר אַ הױזגעזינט 4 .און אױב דאָס