Page 21 - Shmoyis
P. 21

‫שמות‬

‫‪ 23‬האָט משה אױסגעשטרעקט ז ַײן שטעקן אַקעגן הימל‪ ,‬און גאָט‬
‫האָט געגעבן דונערן און האָגל‪ ,‬און אַ פֿ ַײער איז אַראָפּגעפֿאַלן אױף‬
‫דער ערד; און גאָט האָט געמאַכט רעגענען אַ האָגל אױפֿן לאַנד‬
‫ִמצ ַר ִים‪ 24 .‬און עס איז געװען אַ האָגל‪ ,‬מיט אַ פֿלאַקעריקן פֿ ַײער אין‬
‫מיטן האָגל‪ ,‬זײער אַ שװערער‪ ,‬װאָס אַזאַ װי ער איז ניט געװען אין‬
‫גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬פֿון זינט עס איז געװאָרן צום פֿאָלק‪ 25 .‬און דער‬
‫האָגל האָט א ַײנגעשלאָגן אין גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים אַלץ װאָס אױפֿן‬
‫פֿעלד‪ ,‬פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה; אױך יעטװעדער קר ַײטעכץ פֿון‬
‫פֿעלד האָט דער האָגל אױסגעשלאָגן‪ ,‬און יעטװעדער בױם פֿון פֿעלד‬
‫האָט ער צעבראָכן‪ 26 .‬נאָר אין לאַנד גוֹ ֶשן‪ ,‬װאָס דאָרטן ז ַײנען געװען‬

                     ‫די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬איז קײן האָגל ניט געװען‪.‬‬

‫‪ 27‬האָט ַפּרעה געשיקט און גערופֿן משהן און אַהרֹנען‪ ,‬און ער האָט‬
‫צו זײ געזאָגט‪ :‬איך האָב געזינדיקט דאָס מאָל; יהוה איז גערעכט‪,‬‬
‫און איך און מ ַײן פֿאָלק ז ַײנען אומגערעכט‪ 28 .‬בעט צו יהוה‪ ,‬און זאָל‬
‫ז ַײן גענוג די דונערן פֿון גאָט און דער האָגל‪ ,‬און איך װעל א ַײך‬
‫אַװעקלאָזן‪ ,‬און איר װעט מער ניט בל ַײבן‪ 29 .‬האָט משה צו אים‬
‫געזאָגט‪ :‬װי איך גײ אַרױס פֿון שטאָט‪ ,‬װעל איך אױסשפּרײטן מ ַײנע‬
‫הענט צו יהוה; װעלן די דונערן אױפֿהערן‪ ,‬און דער האָגל װעט מער‬
‫ניט ז ַײן; כּדי זאָלסט װיסן אַז צו יהוה געהערט די ערד‪ 30 .‬און דו און‬
‫ד ַײנע קנעכט – איך װײס‪ ,‬אַז איר האָט נאָך אַלץ ניט מוֹרא פֿאַר גאָט‬

                                                                   ‫יהוה‪.‬‬

‫‪ 31‬און דער פֿלאַקס און דער גערשט ז ַײנען אױסגעשלאָגן געװאָרן‪,‬‬
‫װאָרום דער גערשט איז געװען אין זאַנג‪ ,‬און דער פֿלאַקס אין‬
‫בלִיונג‪ 32 .‬אָבער דער װײץ און דער טונקלװײץ ז ַײנען ניט‬

                  ‫אױסגעשלאָגן געװאָרן‪ ,‬װ ַײל זײ װערן שפּעט צ ַײטיק‪.‬‬

‫‪ 33‬און משה איז אַרױסגעגאַנגען פֿון ַפּרעהן אױסן שטאָט‪ ,‬און האָט‬
‫אױסגעשפּרײט ז ַײנע הענט צו גאָט‪ ,‬און די דונערן און דער האָגל‬
‫האָבן אױפֿגעהערט‪ ,‬און דער רעגן האָט מער ניט געגאָסן אױף דער‬

                                                                   ‫ערד‪.‬‬

‫‪ 34‬און װי ַפּרעה האָט געזען‪ ,‬אַז דער רעגן און דער האָגל און די‬
‫דונערן האָבן אױפֿגעהערט‪ ,‬אַזױ האָט ער װ ַײטער געזינדיקט‪ ,‬און‬
‫האָט האַרט געמאַכט ז ַײן האַרץ‪ ,‬ער און ז ַײנע קנעכט‪ 35 .‬און ַפּרעהס‬
   16   17   18   19   20   21   22   23   24   25   26