Page 18 - Shmoyis
P. 18
שמות
און די ַחרטומים האָבן געזאָגט צו ַפּרעהן :אַ פינגער פֿון גאָט איז
דאָס .אָבער ַפּרעהס האַרץ איז געבליבן פֿעסט ,און ער האָט ניט
צוגעהערט צו זײ; אַזױ װי גאָט האָט גערעדט.
16און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :פֿעדער זיך אין דער פֿרי ,און
שטעל זיך פֿאַר ַפּרעהן; זע ,ער גײט אַרױס צום װאַסער ,זאָלסטו זאָגן
צו אים :אַזױ האָט גאָט געזאָגט :לאָז אַװעק מ ַײן פֿאָלק ,זײ זאָלן מיר
דינען 17 .װאָרום אױב דו לאָזט ניט אַװעק מ ַײן פֿאָלק ,אָט שיק איך
אָן אױף דיר ,און אױף ד ַײנע קנעכט ,און אױף ד ַײן פֿאָלק ,און אין
ד ַײנע ה ַײזער ,אַ געמיש פליגן ,און די ה ַײזער פֿון ִמצ ַר ִים װעלן
אָנגעפֿילט װערן מיט דעם געמיש פליגן ,און אױך די ערד װאָס זײ
ז ַײנען אױף איר 18 .און איך װעל אָפּזונדערן אין יענעם טאָג דאָס
לאַנד גוֹ ֶשן ,װאָס מ ַײן פֿאָלק האַלט זיך אױף דערין ,אַז דאָס געמיש
פליגן זאָל דאָרטן ניט ז ַײן ,כּדי זאָלסט װיסן ,אַז איך ,יהוה ,בין אין
לאַנד 19 .און איך װעל מאַכן אַן אָפּשײדונג צװישן מ ַײן פֿאָלק און
צװישן ד ַײן פֿאָלק .אױף מאָרגן װעט געשען דערדאָזיקער צײכן.
20און גאָט האָט אַזױ געטאָן :און עס איז געקומען אַ געדיכט געמיש
פליגן אין הױז פֿון ַפּרעהן ,און אין הױז פֿון ז ַײנע קנעכט ,און אין
גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים .דאָס לאַנד איז פֿאַרװיסט געװאָרן פֿון װעגן דעם
געמיש פליגן.
21האָט ַפּרעה גערופֿן משהן און אַהרֹנען ,און האָט געזאָגט :גײט
שלאַכט צו א ַײער גאָט אין לאַנד 22 .האָט משה געזאָגט :עס איז ניט
רעכט אַזױ צו טאָן ,װאָרום די אומװערדיקײט פֿון די ִמצרים װעלן
מיר שלאַכטן צו יהוה אונדזער גאָט; זע ,אַז מיר װעלן שלאַכטן די
אומװערדיקײט פֿון די ִמצרים פֿאַר זײערע אױגן ,צי װעלן זײ אונדז
ניט פֿאַרשטײנען? 23דר ַײ טעג װעגס װעלן מיר גײן אין דער מדבר,
און מיר װעלן שלאַכטן צו יהוה אונדזער גאָט ,אַזױ װי ער װעט
אונדז הײסן 24 .האָט ַפּרעה געזאָגט :איך װעל א ַײך אַװעקלאָזן ,איר
זאָלט שלאַכטן צו יהוה א ַײער גאָט אין דער מדבר ,נאָר זײער װ ַײט
זאָלט איר ניט גײן .בעט פֿאַר מיר 25 .האָט משה געזאָגט :זע ,איך גײ
אַרױס פֿון דיר ,און װעל בעטן צו יהוה ,אַז דאָס געמיש פליגן זאָל זיך
מאָרגן אָפּטאָן פֿון ַפּרעהן ,פֿון ז ַײנע קנעכט ,און פֿון ז ַײן פֿאָלק; זאָל
אָבער ַפּרעה ניט װידער מאַכן געשפּעט ,ניט אַװעקצולאָזן דאָס
פֿאָלק צו שלאַכטן צו יהוה.