Page 22 - Shmoyis
P. 22
שמות
האַרץ איז געבליבן פֿעסט ,און ער האָט ניט אַװעקגעלאָזן די קינדער
פֿון ישׂראל; אַזױ װי גאָט האָט גערעדט דורך משהן.
בֹּא
1און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :קום צו ַפּרעהן ,װאָרום איך
האָב האַרט געמאַכט ז ַײן האַרץ און דאָס האַרץ פֿון ז ַײנע קנעכט,י
כּדי איך זאָל טאָן מ ַײנע דאָזיקע צײכנס צװישן אים; 2און כּדי
זאָלסט דערצײלן אין די אױערן פֿון ד ַײן זון ,און פֿון ד ַײן זונס זון,
װאָס איך האָב אָנגעטאָן ִמצ ַר ִים ,און מ ַײנע צײכנס װאָס איך האָב
געמאַכט צװישן זײ; און איר זאָלט װיסן ,אַז איך בין יהוה.
3ז ַײנען משה און אַהרן געקומען צו ַפּרעהן ,און זײ האָבן צו אים
געזאָגט :אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון די ִעבֿרים :ביז װאַנען
װעסטו זיך ניט װעלן בײגן פֿאַר מיר? לאָז אַװעק מ ַײן פֿאָלק ,זײ זאָלן
מיר דינען 4 .װאָרום אױב דו װיסלט ניט אַװעקלאָזן מ ַײן פֿאָלק ,אָט
ברענג איך מאָרגן אַ הײשעריק אין ד ַײן גבֿול 5 .און ער װעט
פֿאַרדעקן דעם אָנבליק פֿון דער ערד ,אַז מע װעט ניט קענען
אַרױסזען די ערד; און ער װעט אױפֿעסן דעם רעשט פֿון דער
אַנטרינונג ,װאָס א ַײך איז געבליבן פֿון דעם האָגל ,און װעט אױפֿעסן
יעטװעדער בױם װאָס װאַקסט ב ַײ א ַײך אױפֿן פֿעלד 6 .און אָנגעפֿילט
װעלן װערן ד ַײנע ה ַײזער ,און די ה ַײזער פֿון אַלע ד ַײנע קנעכט ,און די
ה ַײזער פֿון גאַנץ ִמצ ַר ִים; װאָס ד ַײנע עלטערן און ד ַײנע עלטערנס
עלטערן האָבן ניט געזען פֿון דעם טאָג ,װאָס זײ ז ַײנען געװען אױף
דער ערד ,און ביז ה ַײנטיקן טאָג – .און ער האָט זיך אומגעקערט,
און איז אַרױסגעגאַנגען פֿון ַפּרעהן.
7האָבן ַפּרעהס קנעכט צו אים געזאָגט :ביז וואַנען װעט
דערדאָזיקער אונדז ז ַײן פֿאַר אַ שטרױכלונג? לאָז אַװעק די ל ַײט ,און
זאָלן זײ דינען יהוה זײער גאָט .צי נאָך װײסטו ניט אַז ִמצ ַר ִים גײט
אונטער?
8האָט מען אומגעקערט משהן און אַהרֹנען צו ַפּרעהן ,און ער האָט
צו זײ געזאָגט :גײט דינט יהוה א ַײער גאָט; אָבער װער און װער
ז ַײנען די גײער? 9האָט משה געזאָגט :מיט אונדזערע יונגע און
מיט אונדזערע אַלטע װעלן מיר גײן; מיט אונדזערע זין און מיט