Page 17 - Shmoyis
P. 17
שמות
מיט זײערע פֿאַרבאָרגענע קונצן ,און זײ האָבן אַרױפֿגעבראַכט פרעש
אױפֿן לאַנד ִמצ ַר ִים.
4און ַפּרעה האָט גערופֿן משהן און אַהרֹנען ,און האָט געזאָגט :בעט
צו יהוה ,ער זאָל אָפּטאָן די פרעש פֿון מיר און פֿון מ ַײן פֿאָלק ,און
איך װעל אַװעקלאָזן דאָס פֿאָלק ,זײ זאָלן שלאַכטן צו יהוה 5 .האָט
משה געזאָגט צו ַפּרעהן :האָב דעם כּבוד איבער מיר; אױף װען זאָל
איך בעטן פֿאַר דיר ,און פֿאַר ד ַײנע קנעכט ,און פֿאַר ד ַײן פֿאָלק ,צו
פֿאַרשנ ַײדן די פרעש פֿון דיר ,און פֿון ד ַײנע ה ַײזער ,אַז נאָר אין ט ַײך
זאָלן זײ בל ַײבן? 6האָט ער געענטפֿערט :אױף מאָרגן .האָט ער
געזאָגט :אַזױ װי ד ַײן װאָרט! כּדי זאָלסט װיסן ,אַז ניטאָ אַזאַ װי יהוה
אונדזער גאָט 7 .און די פרעש װעלן זיך אָפּטאָן פֿון דיר ,און פֿון ד ַײנע
ה ַײזער ,און פֿון ד ַײנע קנעכט ,און פֿון ד ַײן פֿאָלק; נאָר אין ט ַײך װעלן
זײ בל ַײבן.
8ז ַײנען משה און אַהרן אַרױסגעגאַנגען פֿון ַפּרעהן ,און משה האָט
געשריען צו גאָט פֿון װעגן די פרעש װאָס ער האָט אַרױפֿגעטאָן אױף
ַפּרעהן 9 .און גאָט האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן ,און די
פרעש ז ַײנען אױסגעשטאָרבן פֿון די ה ַײזער ,פֿון די הױפן ,און פֿון די
פֿעלדער 10 .און מע האָט זײ צונױפֿגעשאַרט הױפנס אױף הױפנס,
און דאָס לאַנד איז פֿאַרשטונקען געװאָרן.
11און װי ַפּרעה האָט געזען ,אַז עס איז געװאָרן אַ דערל ַײכטערונג,
אַזױ האָט ער האַרט געמאַכט ז ַײן האַרץ ,און האָט ניט צוגעהערט צו
זײ; אַזױ װי גאָט האָט גערעדט.
12און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :זאָג צו אַהרֹנען :שטרעק אױס
ד ַײן שטעקן ,און שלאָג דעם שטױב פֿון דער ערד ,און ער זאָל װערן
אומגעציפער אין גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים 13 .האָבן זײ אַזױ געטאָן; און
אַהרן האָט אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט מיט ז ַײן שטעקן ,און ער האָט
געשלאָגן דעם שטױב פֿון דער ערד ,און עס איז געװאָרן
אומגעציפער אױף מענטשן און אױף בהמות; דער גאַנצער שטױב פֿון
דער ערד איז געװאָרן אומגעציפער אין גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים 14 .און
די ַחרטומים האָבן דעס גל ַײכן געאַרבעט מיט זײערע פֿאַרבאָרגענע
קונצן אַרױסצוברענגען אומגעציפער ,אָבער זײ האָבן ניט געקענט.
און דאָס אומגעציפער איז געװען אױף מענטשן און אױף בהמות15 .