Page 12 - Shmoyis
P. 12
שמות
און אין די אױגן פֿון ז ַײנע קנעכט ,צו געבן אַ שװערד אין זײער האַנט
אונדז צו הרגען.
22האָט משה זיך צוריקגעקערט צו גאָט ,און האָט געזאָגט :גאָט,
פֿאַר װאָס טוסטו שלעכטס דעם דאָזיקן פֿאָלק? צו װאָס גאָר האָסטו
מיך געשיקט? 23אַז זינט איך בין געקומען צו ַפּרעהן ,צו רעדן אין
ד ַײן נאָמען ,באַגײט ער זיך נאָך ערגער מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק ,און
מציל ז ַײן האָסטו ניט מציל געװען ד ַײן פֿאָלק.
1האָט גאָט געזאָגט צו משהן :אַצונד װעסטו זען װאָס איך װעל
טאָן צו ַפּרעהן; װאָרום דורך אַ שטאַרקער האַנט װעט ער זײו
אַװעקלאָזן ,און דורך אַ שטאַרקער האַנט װעט ער זײ אַרױסטר ַײבן
פֿון ז ַײן לאַנד.
ָו ֵא ָרא
2און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,און האָט צו אים געזאָגט :איך
בין יהוה; 3און איך האָב זיך באַװיזן צו אַברהמען ,צו יצחקן ,און צו
יעקבֿן ,װי גאָט ַש ַדי ,אָבער מיט מ ַײן נאָמען יהוה האָב איך זיך ניט
געלאָזט דערקענען צו זײ 4 .און איך האָב אױך אױפֿגעשטעלט מ ַײן
בונד מיט זײ ,זײ צו געבן דאָס לאַנד כַּנ ַען ,דאָס לאַנד פֿון זײער
װױנשאַפט ,װאָס זײ האָבן דערין געװױנט 5 .און איך האָב אױך
געהערט דאָס קרעכצן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,װאָס די ִמצרים
פֿאַרקנעכטן זײ ,און איך האָב געדאַכט אָן מ ַײן בונד 6 .דרום זאָג צו
די קינדער פֿון ישׂראל :איך בין יהוה ,און איך װעל א ַײך אַרױסציען
פֿון אונטער די לאַסטן פֿון ִמצ ַר ִים ,און װעל א ַײך מציל ז ַײן פֿון זײער
קנעכטשאַפט ,און איך װעל א ַײך אױסלײזן מיט אַן אױסגעשטרעקטן
אָרעם ,און מיט גרױסע משפּטים 7 .און איך װעל א ַײך נעמען צו מיר
פֿאַר אַ פֿאָלק ,און איך װעל א ַײך ז ַײן צום גאָט; און איר װעט װיסן,
אַז איך בין יהוה א ַײער גאָט ,װאָס האָט א ַײך אַרױסגעצױגן פֿון
אונטער די לאַסטן פֿון ִמצ ַר ִים 8 .און איך װעל א ַײך ברענגען אין דעם
לאַנד ,װאָס איך האָב אױפֿגעהױבן מ ַײן האַנט ,עס צו געבן צו
אַברהמען ,צו יצחקן ,און צו יעקבֿן ,און איך װעל עס געבן צו א ַײך
פֿאַר אַן אַרב; איך בין יהוה.