Page 11 - Shmoyis
P. 11
שמות
אײערנעכטן .זײ אַלײן זאָלן גײן ,און זיך אָנקל ַײבן שטרױ 8 .און די
צאָל ציגל ,װאָס זײ האָבן געמאַכט נעכטן-אײערנעכטן ,זאָלט איר
אַרױפֿלײגן אױף זײ; איר זאָלט דערפֿון ניט מינערן; װאָרום פױל
ז ַײנען זײ ,דרום שר ַײען זײ ,אַזױ צו זאָגן :מיר װילן גײן שלאַכטן צו
אונדזער גאָט 9 .זאָל די אַרבעט שװערער ז ַײן אױף די ל ַײט ,אַז זײ
זאָלן ז ַײן פֿאַרטאָן מיט איר ,און זיך ניט פֿאַרנעמען מיט פֿאַלשע
גערײדן 10 .ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען די צװינגערס פֿון דעם פֿאָלק ,און
ז ַײנע אױפֿזעערס ,און האָבן געזאָגט צום פֿאָלק ,אַזױ צו זאָגן :אַזױ
האָט געזאָגט ַפּרעה :איך גיב א ַײך ניט קײן שטרױ 11 .גײט איר,
קריגט א ַײך שטרױ פֿון װוּ איר קענט געפֿינען; װאָרום פֿון א ַײער
אַרבעט װערט גאָרנישט געמינערט.
12האָט זיך דאָס פֿאָלק צעשפּרײט איבערן גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים ,צו
קל ַײבן זאַנגװאָרצל פֿאַר שטרױ 13 .און די צװינגערס האָבן געטריבן,
אַזױ צו זאָגן :ענדיקט א ַײערע טאָגטעגלעכע אַרבעט ,אַזױ װי בעת
עס איז געװען שטרױ 14 .און די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון
ישׂראל ,װאָס די צװינגערס פֿון ַפּרעהן האָבן אױפֿגעזעצט איבער זײ,
האָבן געקריגן געשלאָגן ,אַזױ צו זאָגן :פֿאַר װאָס האָט איר ניט
געענדיקט א ַײער סכום ציגל אַזױ װי פֿריער ,אי נעכטן אי ה ַײנט?
15ז ַײנען געקומען די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,און
האָבן געשריען צו ַפּרעהן ,אַזױ צו זאָגן :פֿאַר װאָס טוסטו אַזױ צו
ד ַײנע קנעכט? 16קײן שטרױ װערט ניט געגעבן ד ַײנע קנעכט ,און
מע הײסט אונדז :מאַכט ציגל; און זע ,ד ַײנע קנעכט קריגן געשלאָגן,
און די שולד איז אין ד ַײן פֿאָלק 17 .האָט ער געזאָגט :פױל ז ַײט איר,
פױל; דרום זאָגט איר :מיר װילן גײן שלאַכטן צו יהוה 18 .און אַצונד,
גײט אַרבעט ,װאָרום קײן שטרױ װעט א ַײך ניט געגעבן װערן ,און די
צאָל ציגל מוזט איר צושטעלן.
20האָבן די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון ישׂראל זיך געזען אין אַן
אומגליק ,צו מוזן זאָגן :איר טאָרט ניט מינערן פֿון א ַײערע
טאָגטעגלעכע ציגל 20 .און זײ האָבן געטראָפן משהן און אַהרֹנען,
שטײענדיק אַקעגן זײ ,ב ַײ זײער אַרױסגײן פֿון ַפּרעהן; 21און זײ
האָבן צו זײ געזאָגט :זאָל גאָט אַראָפּקוקן אױף א ַײך ,און משפּטן,
װאָס איר האָט פֿאַרמיאוסט אונדזער ריח אין די אױגן פֿון ַפּרעהן,