Page 16 - Shmoyis
P. 16
שמות
װאָס אין ט ַײך ,פֿאַר די אױגן פֿון ַפּרעהן ,און פֿאַר די אױגן פֿון ז ַײנע
קנעכט; און דאָס גאַנצע װאַסער װאָס אין ט ַײך איז פֿאַרקערט
געװאָרן אין בלוט 21 .און די פיש װאָס אין ט ַײך ז ַײנען
אױסגעשטאָרבן ,און דער ט ַײך איז פֿאַרשטונקען געװאָרן ,און די
ִמצרים האָבן ניט געקענט טרינקען װאַסער אױסן ט ַײך; און דאָס
בלוט איז געװען אין גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים.
22האָבן די ַחרטומים פֿון ִמצ ַר ִים געטאָן דעס גל ַײכן מיט זײערע
פֿאַרבאָרגענע קונצן; און ַפּרעהס האַרץ איז געבליבן פֿעסט ,און ער
האָט ניט צוגעהערט צו זײ; אַזױ װי גאָט האָט גערעדט 23 .און ַפּרעה
האָט זיך אומגעקערט און איז אַר ַײנגעגאַנגען אין ז ַײן הױז ,און האָט
אױך דאָס ניט גענומען צום האַרצן 24 .און אַלע ִמצרים האָבן
געגראָבן אַרום ט ַײך נאָך װאַסער צום טרינקען ,װאָרום זײ האָבן ניט
געקענט טרינקען פֿון די װאַסערן פֿון ט ַײך 25 .און עס ז ַײנען
דערפילט געװאָרן זיבן טעג ,נאָך דעם װי גאָט האָט געשלאָגן דעם
ט ַײך.
26און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :קום צו ַפּרעהן ,און זאָג צו אים:
אַזױ האָט גאָט געזאָגט :לאָז אַװעק מ ַײן פֿאָלק ,זײ זאָלן מיר דינען.
27און אױב דו װילסט זײ ניט אַװעקלאָזן ,אָט פּלאָג איך ד ַײן גאַנצן
גבֿול מיט פרעש 28 .און דער ט ַײך װעט װידמענען פרעש ,און זײ
װעלן אַרױפֿגײן ,און װעלן קומען אין ד ַײן הױז ,און אין ד ַײן
שלאָפקאַמער ,און אױף ד ַײן בעט ,און אין הױז פֿון ד ַײנע קנעכט ,און
אױף ד ַײן פֿאָלק ,און אין ד ַײנע אױװנס ,און אין ד ַײנע טײגמולטערס.
29אי אױף דיר ,אי אױף ד ַײן פֿאָלק ,אי אױף אַלע ד ַײנע קנעכט ,װעלן
אַרױפֿגײן די פרעש.
1און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :זאָג צו אַהרֹנען :שטרעק
אױס ד ַײן האַנט מיט ד ַײן שטעקן אױף די שטראָמען ,אױף דיח
ט ַײכן ,און אױף די געמױזעכצן ,און ברענג אַרױף פרעש אױפֿן לאַנד
ִמצ ַר ִים 2 .און אַהרן האָט אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט אױף די
װאַסערן פֿון ִמצ ַר ִים ,און די פרעש ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען ,און האָבן
באַדעקט דאָס לאַנד ִמצ ַר ִים 3 .האָבן די ַחרטומים געטאָן דעס גל ַײכן