Page 20 - Shmoyis
P. 20

‫שמות‬

‫הימל‪ ,‬און עס איז געװאָרן אַ גרינד װאָס שלאָגט אױס אין בלאָטערן‪,‬‬
‫אױף מענטשן און אױף בהמות‪ 11 .‬און די ַחרטומים האָבן ניט‬
‫געקענט שטײן פֿאַר משהן פֿון װעגן דעם גרינד‪ ,‬װאָרום דער גרינד‬

              ‫איז געװען אױף די ַחרטומים אַזױ װי אױף גאַנץ ִמצ ַר ִים‪.‬‬

‫‪ 12‬אָבער גאָט האָט פֿעסט געמאַכט ַפּרעהס האַרץ‪ ,‬און ער האָט ניט‬
              ‫צוגעהערט צו זײ; אַזױ װי גאָט האָט גערעדט צו משהן‪.‬‬

‫‪ 13‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן‪ :‬פֿעדער זיך אין דער פֿרי‪ ,‬און‬
‫שטעל זיך פֿאַר ַפּרעהן‪ ,‬און זאָג צו אים‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער‬
‫גאָט פֿון די ִעברים‪ :‬לאָז אַװעק מ ַײן פֿאָלק‪ ,‬זײ זאָלן מיר דינען‪14 .‬‬
‫װ ַײל דאָס מאָל שיק איך אָן אַלע מ ַײנע פּלאָגן אױף דיר גופֿא‪ ,‬אױף‬
‫ד ַײנע קנעכט‪ ,‬און אױף ד ַײן פֿאָלק‪ ,‬כּדי זאָלסט װיסן‪ ,‬אַז ניטאָ אַזאַ‬
‫װי איך אױף דער גאַנצער ערד‪ 15 .‬װאָרום איך װאָלט אַצונד‬
‫אױסגעשטרעקט מ ַײן האַנט‪ ,‬און װאָלט געשלאָגן דיך און ד ַײן פֿאָלק‬
‫מיט אַ מגפֿה‪ ,‬אַז דו װאָלסט פֿאַרטיליקט געװאָרן פֿון דער ערד‪16 .‬‬
‫און נאָר דרום האָב איך דיך געלאָזט באַשטײן‪ ,‬כּדי דיר צו װ ַײזן מ ַײן‬
‫כּוח‪ ,‬און כּדי מע זאָל דערצײלן מ ַײן נאָמען איבער דער גאַנצער ערד‪.‬‬
‫‪ 17‬נאָך אַלץ דערהײבסטו זיך אַקעגן מ ַײן פֿאָלק‪ ,‬זײ ניט‬
‫אַװעקצולאָזן‪ 18 .‬זע‪ ,‬איך מאַך רעגענען מאָרגן אין דער צ ַײט זײער אַ‬
‫שװערן האָגל‪ ,‬װאָס אַזאַ װי ער איז ניט געװען אין ִמצ ַר ִים פֿון דעם‬
‫טאָג װאָס זי איז געגרונטפעסט געװאָרן און ביז אַצונד‪ 19 .‬און‬
‫אַצונד שיק אַר ַײנטר ַײבן ד ַײן פֿי‪ ,‬און אַלץ װאָס דו האָסט אין פֿעלד;‬
‫יעטװעדער מענטש און בהמה װאָס װעט זיך געפֿינען אין פֿעלד‪ ,‬און‬
‫װעט ניט אַר ַײנגענומען װערן אין הױז‪ ,‬װעט אױף זײ נידערן דער‬

                                          ‫האָגל‪ ,‬און זײ װעלן שטאַרבן‪.‬‬

‫‪ 20‬דער פֿון ַפּרעהס דינער װאָס האָט מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָטס‬
‫װאָרט‪ ,‬האָט געמאַכט אַנטרינען ז ַײנע קנעכט און ז ַײן פי אין די‬
‫ה ַײזער‪ 21 .‬און װער עס האָט ניט געטאָן ז ַײן האַרץ אױף גאָטס‬

        ‫װאָרט‪ ,‬האָט איבערגעלאָזן ז ַײנע קנעכט און ז ַײן פי אין פֿעלד‪.‬‬

‫‪ 22‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן‪ :‬שטרעק אױס ד ַײן האַנט אַקעגן‬
‫הימל‪ ,‬און זאָל װערן אַ האָגל אין גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬אױף מענטשן‪,‬‬
‫און אױף בהמות‪ ,‬און אױף אַלע קר ַײטעכ)ץ(ער פֿון פֿעלד‪ ,‬אין לאַנד‬

                                                                ‫ִמצ ַר ִים‪.‬‬
   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24   25