Page 15 - Shmoyis
P. 15

‫שמות‬

‫‪ 10‬ז ַײנען משה און אַהרן געקומען צו ַפּרעהן‪ ,‬און זײ האָבן אַזױ‬
‫געטאָן‪ ,‬װי גאָט האָט באַפֿױלן; און אַהרן האָט אַ װאָרף געטאָן ז ַײן‬
‫שטעקן פֿאַר ַפּרעהן‪ ,‬און פֿאַר ז ַײנע קנעכט‪ ,‬און ער איז געװאָרן אַ‬

                                                                 ‫שלאַנג‪.‬‬

‫‪ 11‬האָט אױך ַפּרעה גערופֿן די ח ָכמים און די מ ַכשפים‪ ,‬און אױך זײ‪,‬‬
‫די ַחרטומים פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬האָבן געטאָן דעס גל ַײכן מיט זײערע‬
‫פֿאַרבאָרגענע קונצן‪ 12 .‬און זײ האָבן אַ װאָרף געטאָן איטלעכער ז ַײן‬
‫שטעקן‪ ,‬און זײ ז ַײנען געװאָרן שלאַנגען; אָבער אַהרנס שטעקן האָט‬

                                      ‫א ַײנגעשלונגען זײערע שטעקנס‪.‬‬

‫‪ 13‬און ַפּרעהס האַרץ איז געבליבן פֿעסט‪ ,‬און ער האָט ניט‬
                         ‫צוגעהערט צו זײ‪ ,‬אַזױ װי גאָט האָט גערעדט‪.‬‬

‫‪ 14‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן‪ַ :‬פּרעהס האַרץ איז האַרט‪ ,‬ער‬
‫װיל ניט אַװעקלאָזן דאָס פֿאָלק‪ 15 .‬גײ צו ַפּרעהן אין דער פֿרי; זע‪,‬‬
‫ער גײט אַרױס צום װאַסער‪ ,‬װעסטו זיך שטעלן אים אַנטקעגן‪ ,‬ב ַײם‬
‫ברעג ט ַײך‪ ,‬און דעם שטעקן װאָס איז פֿאַרקערט געװאָרן אין אַ‬
‫שלאַנג‪ ,‬זאָלסטו נעמען אין ד ַײן האַנט‪ 16 .‬און זאָלסט זאָגן צו אים‪:‬‬
‫יהוה‪ ,‬דער גאָט פֿון די ִעברים‪ ,‬האָט מיך געשיקט צו דיר‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ :‬לאָז אַװעק מ ַײן פֿאָלק‪ ,‬זײ זאָלן מיר דינען אין דער מדבר; און‬
‫זע‪ ,‬האָסט ניט צוגעהערט ביז אַהער‪ 17 .‬האָט גאָט אַזױ געזאָגט‪:‬‬
‫דערמיט װעסטו װיסן‪ ,‬אַז איך בין יהוה‪ :‬זע‪ ,‬איך שלאָג מיט דעם‬
‫שטעקן װאָס אין מ ַײן האַנט‪ ,‬אױפֿן װאַסער װאָס אין ט ַײך‪ ,‬און עס‬
‫װעט פֿאַרקערט װערן אין בלוט‪ 18 .‬און די פיש װאָס אין ט ַײך װעלן‬
‫אױסשטאַרבן‪ ,‬און דער ט ַײך װעט פֿאַרשטונקען װערן‪ ,‬און די ִמצרים‬

                     ‫װעלן זיך עקלען צו טרינקען װאַסער אױסן ט ַײך‪.‬‬

‫‪ 19‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן‪ :‬זאָג צו אַהרֹנען‪ :‬נעם ד ַײן‬
‫שטעקן‪ ,‬און שטרעק אױס ד ַײן האַנט אױף די װאַסערן פֿון ִמצ ַר ִים‪,‬‬
‫אױף זײערע שטראָמען‪ ,‬אױף זײערע ט ַײכן‪ ,‬און אױף זײערע‬
‫געמױזעכצן‪ ,‬און אױף אַלע זײערע אָנזאַמלונגען פֿון װאַסער‪ ,‬און זײ‬
‫זאָלן װערן בלוט; און עס זאָל ז ַײן בלוט אין גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬ס ַײ‬

                             ‫אין הילצערנע כּלים‪ ,‬ס ַײ אין שטײנערנע‪.‬‬

‫‪ 20‬האָבן משה און אַהרן אַזױ געטאָן‪ ,‬װי גאָט האָט באַפֿױלן‪ .‬און ער‬
‫האָט אױפֿגעהױבן דעם שטעקן‪ ,‬און האָט געשלאָגן דאָס װאַסער‬
   10   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20