Page 13 - Shmoyis
P. 13

‫שמות‬

‫‪ 9‬האָט משה אַזױ גערעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬אָבער זײ האָבן‬
 ‫ניט צוגעהערט צו משהן פֿון קורץ געמיט און פֿון שװערער אַרבעט‪.‬‬

‫‪ 10‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 11 :‬גײ רעד צו‬
‫ַפּרעה דעם מלך פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬ער זאָל אַװעקלאָזן די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל פֿון ז ַײן לאַנד‪ 12 .‬האָט משה גערעדט פֿאַר גאָט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫זע‪ ,‬די קינדער פֿון ישׂראל האָבן ניט צוגעהערט צו מיר‪ ,‬ה ַײנט װי‬

            ‫װעט ַפּרעה מיך צוהערן‪ ,‬אַז איך האָב פֿאַרשטאָפּטע ליפּן?‬

‫‪ 13‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען‪ ,‬און זײ באַפֿױלן‬
‫צו די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און צו ַפּרעה דעם מלך פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬כּדי‬

                ‫אַרױסצוציען די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים‪.‬‬

‫‪ 14‬דאָס ז ַײנען די הױפּטן פֿון זײערע פֿאָטערה ַײזער‪ :‬די זין פֿון ראובֿן‪,‬‬
‫ישׂראלס ב ָכור‪ַ :‬חנוֹך‪ ,‬און ַפּלוא‪ֶ ,‬חצרוֹן‪ ,‬און ַכּרמי‪ .‬דאָס ז ַײנען די‬
‫משפּחות פֿון ראובֿן‪ 15 .‬און די זין פֿון שמעונען‪ :‬ימו ֵאל‪ ,‬און ָימין‪ ,‬און‬
‫אוֹ ַהד‪ ,‬און ָיכין‪ ,‬און צוֹ ַחר‪ ,‬און ָשאול דער זון פֿון אַ כַּנ ֲענית‪ .‬דאָס‬
‫ז ַײנען די משפּחות פֿון שמעון‪ 16 .‬און דאָס ז ַײנען די נעמען פֿון ֵל ִויס‬
‫זין‪ ,‬לױט זײערע געבורטן‪ֵ :‬גרשוֹן‪ ,‬און ק ָהת‪ ,‬און מ ָררי‪ .‬און די יאָרן‬
‫פֿון ֵל ִויס לעבן ז ַײנען געװען הונדערט און זיבן און דר ַײסיק יאָר‪17 .‬‬
‫די זין פֿון ֵגרשוֹנען‪ִ :‬לבני‪ ,‬און ִשמ ִעי‪ ,‬לױט זײערע משפּחות‪ 18 .‬און די‬
‫זין פֿון ק ָהתן‪ַ :‬עמ ָרם‪ ,‬און ִיצ ָהר‪ ,‬און חבֿרוֹן‪ ,‬און עוזי ֵאל‪ .‬און די יאָרן‬
‫פֿון ק ָהתעס לעבן ז ַײנען געװען הונדערט און דר ַײ און דר ַײסיק יאָר‪.‬‬
‫‪ 19‬און די זין פֿון מ ָררין‪ :‬מחלי‪ ,‬און מושי‪ .‬דאָס ז ַײנען די משפּחות פֿון‬
‫ֵל ִוי לױט זײערע געבורטן‪ 20 .‬און ַעמ ָרם האָט זיך גענומען ז ַײן מומע‬
‫יוֹ ֶכ ֶבדן פֿאַר אַ װ ַײב‪ ,‬און זי האָט אים געבאָרן אַהרֹנען און משהן‪ .‬און‬
‫די יאָרן פֿון ַעמ ָרמס לעבן ז ַײנען געװען הונדערט און זיבן און‬
‫דר ַײסיק יאָר‪ 21 .‬און די זין פֿון ִיצ ָהרן‪ :‬קֹרח‪ ,‬און ֶנ ֶפג‪ ,‬און זכרי‪22 .‬‬
‫און די זין פֿון עוזי ֵאלן‪ :‬מי ָש ֵאל‪ ,‬און ֶאל ָצ ָפן‪ ,‬און ִסתרי‪ 23 .‬און אַהרן‬
‫האָט זיך גענומען ֶאלי ֶש ַבע די טאָכטער פֿון ַעמיָנ ָדבן‪ ,‬די שװעסטער‬
‫פֿון ַנחשוֹנען‪ ,‬פֿאַר אַ װ ַײב‪ ,‬און זי האָט אים געבאָרן ָנ ָדבן‪ ,‬און‬
‫אַביהואן‪ֶ ,‬אל ָעָזרן‪ ,‬און אי ָת ָמרן‪ 24 .‬און די זין פֿון קֹרחן‪ :‬אַסיר‪ ,‬און‬
‫ֶאל ָקָנה‪ ,‬און אַביאָ ָסף‪ .‬דאָס ז ַײנען די משפּחות פֿון די ָקרחים‪ 25 .‬און‬
‫ֶאל ָעָזר דער זון פֿון אַהרֹנען האָט זיך גענומען אײנע פֿון די טעכטער‬
‫פֿון פּוטי ֵאלן זיך פֿאַר אַ װ ַײב; און זי האָט אים געבאָרן פּינחסן‪ .‬דאָס‬
‫ז ַײנען די הױפּטן פֿון די פֿאָטערה ַײזער פֿון די ל ִו ִיים לױט זײערע‬
   8   9   10   11   12   13   14   15   16   17   18