Page 8 - Shmoyis
P. 8
שמות
װאָרף געטאָן צו דער ערד ,און ער איז געװאָרן אַ שלאַנג; און משה
איז אַנטלאָפן פֿאַר איר 4 .האָט גאָט געזאָגט צו משהן :שטרעק אױס
ד ַײן האַנט ,און נעם זי אָן פֿאַרן עק – האָט ער אױסגעשטרעקט ז ַײן
האַנט ,און האָט זי אָנגענומען ,און זי איז געװאָרן אַ שטעקן אין ז ַײן
האַנט – 5כּדי זײ זאָלן גלױבן ,אַז יהוה ,דער גאָט פֿון זײערע
עלטערן ,דער גאָט פֿון אַבֿרהמען ,דער גאָט פֿון יצחקן ,און דער גאָט
פֿון יעקבֿן ,האָט זיך באַװיזן צו דיר.
6און גאָט האָט װידער צו אים געזאָגט :שטעק אַקאָרשט אַר ַײן ד ַײן
האַנט אין ד ַײן בוזעם .האָט ער אַר ַײנגעשטעקט ז ַײן האַנט אין ז ַײן
בוזעם; און װי ער האָט זי אַרױסגעצױגן ,ערשט ז ַײן האַנט איז מצוֹרע
]װ ַײס[ װי שנײ 7 .האָט ער געזאָגט :קער אום ד ַײן האַנט אין ד ַײן
בוזעם .האָט ער אומגעקערט ז ַײן האַנט אין ז ַײן בוזעם; און װי ער
האָט זי אַרױסגעצױגן פֿון ז ַײן בוזעם ,ערשט זי איז װידער געװאָרן
אַזױ װי ז ַײן ל ַײב.
” 8און עס װעט ז ַײן ,אַז זײ װעלן דיר ניט גלױבן ,און װעלן ניט
צוהערן צו דעם ָקול פֿון דעם ערשטן צײכן ,װעלן זײ גלױבן דעם ָקול
פֿון דעם לעצטן צײכן 9 .און עס װעט ז ַײן ,אַז זײ װעלן די דאָזיקע
בײדע צײכנס אױך ניט גלױבן ,און װעלן ניט צוהערן צו ד ַײן ָקול,
זאָלסטו נעמען פֿון די װאַסערן פֿון ט ַײך ,און אױסגיסן אױף דער
יבשה ,און דאָס װאַסער װאָס דו װעסט נעמען פֿון ט ַײך ,װעט װערן
בלוט אױף דער יבשה“.
10האָט משה געזאָגט צו גאָט :איך בעט דיך ,גאָט ,איך בין ניט קײן
מענטש פֿון װערטער ,ס ַײ פֿון נעכטן ,ס ַײ פֿון אײערנעכטן ,ס ַײ פֿון
זינט דו רעדסט צו ד ַײן קנעכט; װאָרום איך בין שװער אױפֿן מױל,
און שװער אױף דער צונג 11 .האָט גאָט געזאָגט צו אים :װער האָט
געמאַכט דעם מענטשן אַ מױל? אָדער װער מאַכט שטום ,אָדער
טױב ,אָדער זעעדיק ,אָדער בלינד ,אױב ניט איך ,גאָט? 12דרום גײ
אַצונד ,און איך װעל ז ַײן מיט ד ַײן מױל ,און װעל דיך לערנען װאָס דו
זאָלסט רעדן 13 .האָט ער געזאָגט :איך בעט דיך ,גאָט ,שיק דורך
װעמען דו װעסט שיקן.
14האָט דער צאָרן פֿון גאָט געגרימט אױף משהן ,און ער האָט
געזאָגט :איז ניט פֿאַראַן אַהרן ד ַײן ברודער ,דער ֵל ִוי? איך װײס אַז