Page 3 - Shmoyis
P. 3
שמות
11האָבן זײ געמאַכט איבער אים צינזהאַרן ,כּדי אים צו פּ ַײניקן מיט
זײערע לאַסטאַרבעט ,און ער האָט געבױט שפּ ַײכלערשטעט פֿאַר
ַפּרעהןִ ,פּתוֹם און ַר ְעמ ֵסס 12 .אָבער װי זײ האָבן אים געפּ ַײניקט,
אַזױ האָט ער זיך געמערט ,און אַזױ האָט ער זיך צעשפּרײט; און זײ
ז ַײנען געװען אין שרעק פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל 13 .און די ִמצרים
האָבן געמאַכט אַרבעטן די קינדער פֿון ישׂראל מיט האַרטיקײט14 .
און זײ האָבן פֿאַרביטערט זײער לעבן מיט שװערער אַרבעט ,ב ַײ לײם
און ב ַײ ציגל ,און ב ַײ אַלערלײ אַרבעט אין פֿעלד; אַלדי אַרבעט
זײערע װאָס זײ האָבן מיט זײ געאַרבעט ,איז געװען מיט האַרטיקײט.
15און דער מלך פֿון ִמצריםֹ האָט גערעדט צו די י ִידישע הײבינס,
װאָס דער נאָמען פֿון אײנער איז געװען ִשפֿ ָרה ,און דער נאָמען פֿון
דער צװײטער פּו ָעה ,און ער האָט געזאָגט 16 :אַז איר העלפֿט די
י ִידישע װ ַײבער געבערן ,זאָלט איר זען אױפֿן בראָכשטול ,אױב דאָס
איז אַ זון ,זאָלט איר אים טײטן ,און אױב דאָס איז אַ טאָכטער ,זאָל
זי בל ַײבן לעבן.
17אָבער די הײבינס האָבן מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט ,און זײ האָבן ניט
געטאָן אַזױ װי דער מלך פֿון ִמצ ַר ִים האָט זײ אָנגעזאָגט ,און זײ האָבן
געלאָזט לעבן די יִינגלעך 18 .האָט דער מלך פֿון ִמצ ַר ִים גערופֿן די
הײבינס ,און האָט צו זײ געזאָגט :פֿאַר װאָס האָט איר געטאָן די
דאָזיקע זאַך ,און געלאָזט לעבן די יִינגלעך? 19האָבן די הײבינס
געזאָגט צו ַפּרעהן :װ ַײל ניט אַזױ װי די ִמצרישע װ ַײבער ז ַײנען די
י ִידישע; װאָרום זײ ז ַײנען לעבהאַפֿטיק; אײדער די הײבין קומט צו
זײ ,האָבן זײ שױן געבאָרן.
20און גאָט האָט באַגיטיקט די הײבינס; און דאָס פֿאָלק האָט זיך
געמערט ,און זײ ז ַײנען געװאָרן זײער שטאַרק 21 .און עס איז געװען,
װ ַײל די הײבינס האָבן מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט ,האָט ער זײ געמאַכט
ה ַײזער.
22און ַפּרעה האָט באַפֿױלן ז ַײן גאַנצן פֿאָלק ,אַזױ צו זאָגן:
יעטװעדער זון װאָס װערט געבאָרן ,זאָלט איר אים אין ט ַײך
אַר ַײנװאַרפֿן ,און יעטװעדער טאָכטער זאָלט איר לאָזן לעבן.