Page 9 - Shmoyis
P. 9
שמות
ער קען יאָ רעדן .און זע ,ער גײט דיר נאָך אַרױס אַנטקעגן ,און װי
ער װעט דיך דערזען ,אַזױ װעט ער זיך האַרציק דערפרײען 15 .און
װעסט רעדן צו אים ,און װעסט אַר ַײנטאָן די װערטער אין ז ַײן מױל,
און איך װעל ז ַײן מיט ד ַײן מױל ,און מיט ז ַײן מױל ,און װעל א ַײך
לערנען װאָס איר זאָלט טאָן 16 .און ער װעט רעדן פֿאַר דיר צום
פֿאָלק; און עס װעט ז ַײן ,ער װעט דיר ז ַײן פֿאַר אַ מױל ,און דו װעסט
אים ז ַײן װי אַ גאָט 17 .און זאָלסט נעמען אין ד ַײן האַנט דעם דאָזיקן
שטעקן ,װאָס מיט אים װעסטו טאָן די צײכנס.
18איז משה געגאַנגען און האָט זיך אומגעקערט צו ז ַײן שװער ִיתרוֹן,
און האָט צו אים געזאָגט :לאָמיך גײן ,איך בעט דיך ,און זיך
אומקערן צו מ ַײנע ברידער װאָס אין ִמצ ַר ִים ,און לאָמיך זען אױב זײ
לעבן נאָך .האָט ִיתרוֹ געזאָגט צו משהן :גײ בשלום.
19און גאָט האָט געזאָגט צו משהן אין ִמדָין :גײ קער זיך אום קײן
ִמצ ַר ִים ,װאָרום געשטאָרבן ז ַײנען די אַלע מענטשן װאָס האָבן
געזוכט ד ַײן לעבן.
20האָט משה גענומען ז ַײן װ ַײב און ז ַײנע זין ,און האָט זײ
אַרױפֿגעזעצט אױף אַן אײזל ,און ער האָט זיך אומגעקערט קײן לאַנד
ִמצ ַר ִים .און משה האָט מיטגענומען דעם שטעקן פֿון גאָט אין ז ַײן
האַנט.
21און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :װען דו גײסט זיך אומקערן קײן
ִמצ ַר ִים ,מערק אַלע װוּנדער װאָס איך האָב אַר ַײנגעטאָן אין ד ַײן
האַנט ,אַז דו זאָלסט זײ טאָן פֿאַר ַפּרעהן; אָבער איך װעל פֿעסט
מאַכן ז ַײן האַרץ ,און ער װעט ניט אַװעקלאָזן דאָס פֿאָלק22 .
און זאָלסט זאָגן צו ַפּרעהן :אַזױ האָט גאָט געזאָגט :מ ַײן
ערשטגעבאָרענער זון איז ישׂראל; 23און איך האָב צו דיר געזאָגט:
לאָז אַװעק מ ַײן זון ,ער זאָל מיר דינען ,און דו װילסט אים ניט
אַװעקלאָזן; זע ,איך הרגע ד ַײן ערשטגעבאָרענעם זון.
24און עס איז געװען אונטערװעגס אין אַ האַרבעריק ,האָט אים
באַגעגנט גאָט ,און האָט אים געװאָלט טײטן 25 .האָט ִצפּוֹ ָרה
גענומען אַ שאַרפֿן שטײן ,און האָט אָפּגעשניטן די פאָרהױט פֿון איר
זון ,און האָט צוגערירט צו ז ַײנע פיס; און זי האָט געזאָגט :פֿאַר װאָר,