Page 28 - Shmoyis
P. 28
שמות
האָט געזאָלט זיצן אױף ז ַײן טראָן ,ביז דעם ב ָכור פֿון געפאַנגענעם
װאָס אין תּפֿיסה ; און יעטװעדער ב ָכור פֿון אַ בהמה.
30איז ַפּרעה אױפֿגעשטאַנען ב ַײ דער נאַכט ,ער און אַלע ז ַײנע
קנעכט ,און גאַנץ ִמצ ַר ִים ,און עס איז געװאָרן אַ גרױס געשרײ אין
ִמצ ַר ִים ,װאָרום עס איז ניט געװען אַ הױז װאָס דאָרטן זאָל ניט ז ַײן
אַ טױטער 31 .און ער האָט גערופֿן משהן און אַהרֹנען ב ַײ דער נאַכט,
און האָט געזאָגט :שטײט אױף ,גײט אַרױס פֿון צװישן מ ַײן פֿאָלק ,אי
איר ,אי די קינדער פֿון ישׂראל ,און גײט דינט יהוה ,אַזױ װי איר האָט
געזאָגט 32 .נעמט אי א ַײערע שאָפּ ,אי א ַײערע רינדער ,אַזױ װי איר
האָט געזאָגט ,און גײט; און בענטשט מיך אױך.
33און די ִמצרים ז ַײנען צוגעשטאַנען צו דעם פֿאָלק ,זײ
אַרױסצושיקן װאָס גיכער פֿון לאַנד ,װאָרום זײ האָבן געזאָגט :מיר
װעלן אַלע אױסשטאַרבן 34 .און דאָס פֿאָלק האָט גענומען זײער טײג
אײדער ער איז געז ַײערט געװאָרן; זײערע טײגמולטערס ז ַײנען געװען
א ַײנגעבונדן אין זײערע טיכער אױף זײערע אַקסלען.
35און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון
משהן ,און זײ האָבן אַנטליען פֿון די ִמצרים זילבערנע זאַכן און
גילדערנע זאַכן ,און קלײדער 36 .װאָרום גאָט האָט געגעבן דעם
פֿאָלק חן אין די אױגן פֿון די ִמצרים ,און זײ האָבן זײ געליען; און זײ
האָבן אױסגעלײדיקט ִמצ ַר ִים.
37און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַרױסגעצױגן פֿון ַר ְעמ ֵסס קײן
סוכּוֹת ,אַרום זעקס הונדערט טױזנט פֿוסגײער ,מענער ,אַחוץ
קינדער 38 .און אױך אַ סך געמישט פֿאָלק איז אַרױסגעגאַנגען מיט
זײ; און שאָפּ און רינדער זײער אַ גרױסע סטאַדע 39 .און זײ האָבן
געבאַקן פֿון דעם טײג װאָס זײ האָבן אַרױסגעטראָגן פֿון ִמצ ַר ִים,
קוכנס מצה ,װאָרום ער איז ניט געז ַײערט געװאָרן ,װ ַײל זײ ז ַײנען
אַרױסגעטריבן געװאָרן פֿון ִמצ ַר ִים ,און האָבן זיך ניט געקענט
אױפֿהאַלטן ,און אַפילו צערונג האָבן זײ זיך ניט צוגעגרײט.
40און דאָס זיצן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,װאָס זײ ז ַײנען געזעסן
אין ִמצ ַר ִים ,איז געװען פֿיר הונדערט יאָר און דר ַײסיק יאָר 41 .און
עס איז געװען צום ָסוף פֿון פֿיר הונדערט יאָר און דר ַײסיק יאָר ,איז,
גענױ אין דעם דאָזיקן טאָג ,ז ַײנען אַלע מחנות פֿון גאָט