Page 39 - Shmoyis
P. 39
שמות
א ַײערע נפשות ,איטלעכער פֿאַר די װאָס אין ז ַײן געצעלט זאָלט איר
נעמען.
17און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַזױ געטאָן ,און זײ האָבן
געקליבן װער פיל און װער װינציק 18 .און אַז זײ האָבן געמאָסטן
מיט אַן עוֹ ֶמר ,האָט דער װאָס האָט געקליבן פיל ניט געהאַט
איבעריק ,און דעם װאָס האָט געקליבן װינציק האָט ניט געפעלט;
איטלעכער װעדליק ז ַײן עסן האָבן זײ אױפֿגעקליבן.
19און משה האָט צו זײ געזאָגט :קײנער זאָל דערפֿון ניט איבערלאָזן
ביז אין דער פֿרי 20 .אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט צו משהן ,און
ל ַײט האָבן איבערגעלאָזט דערפֿון ביז אין דער פֿרי ,און עס איז
געװאָרן װערימדיק ,און האָט געשטונקען; און משה האָט געצערנט
אױף זײ 21 .און זײ האָבן עס געקליבן פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן,
איטלעכער װעדליק ז ַײן עסן; און װי די זון איז הײס געװאָרן ,אַזױ
איז עס צעגאַנגען 22 .און עס איז געװען אױפֿן זעקסטן טאָג ,האָבן
זײ געקליבן צװײ מאָל אַזױ פיל ברױט ,צװײ עוֹ ֶמרס פֿאַר איטלעכן;
און אַלע פירשטן פֿון דער עדה ז ַײנען געקומען ,און האָבן דערצײלט
משהן.
23האָט ער צו זײ געזאָגט :דאָס איז װאָס גאָט האָט גערעדט :אַ
רוּונג ,אַ הײליקער שבת איז מאָרגן צו גאָט; װאָס איר װילט באַקן
באַקט ,און װאָס איר װילט קאָכן קאָכט ,און אַלץ װאָס בל ַײבט
איבער ,לײגט א ַײך אַװעק צו האַלטן ביז אין דער פֿרי 24 .האָבן זײ
עס אַװעקגעלײגט ביז אין דער פֿרי ,אַזױ װי משה האָט באַפֿױלן ,און
עס האָט ניט געשטונקען ,און קײן װערים ז ַײנען דערין ניט געװען.
25און משה האָט געזאָגט :עסט עס ה ַײנט ,װאָרום ה ַײנט איז שבת
צו גאָט ,ה ַײנט װעט איר עס ניט געפֿינען אױפֿן פֿעלד 26 .זעקס טעג
זאָלט איר עס קל ַײבן ,אָבער אױפֿן זיבעטן טאָג איז שבת ,דענצמאָל
װעט עס ניט ז ַײן.
27און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג ,ז ַײנען פֿון פֿאָלק
אַרױסגעגאַנגען קל ַײבן ,אָבער זײ האָבן ניט געפונען 28 .האָט גאָט
געזאָגט צו משהן :ביז װאַנען װעט איר ניט װעלן היטן מ ַײנע געבאָט
און מ ַײנע לערנונגען? 29זעט ,אַז גאָט האָט א ַײך געגעבן דעם שבת,
גיט ער א ַײך דערפֿאַר אין זעקסטן טאָג ברױט אױף צװײ טעג .זיצט