Page 43 - Shmoyis
P. 43

‫שמות‬

‫געװען פֿון דער האַנט פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬און פֿון דער האַנט פֿון ַפּרעהן;‬
‫װאָס ער האָט מציל געװען דאָס פֿאָלק פֿון אונטער דער האַנט פֿון‬
‫ִמצ ַר ִים‪ 11 .‬אַצונד װײס איך‪ ,‬אַז יהוה איז גרעסער פֿון אַלע געטער‪,‬‬
‫װאָרום דערפֿאַר װאָס זײ האָבן געמוטװיליקט איז דאָס געקומען‬

                                                                ‫אױף זײ‪.‬‬

‫‪ 12‬און ִיתרוֹ‪ ,‬משהס שװער‪ ,‬האָט געבראַכט אַ בראַנדאָפּפֿער און‬
‫שלאַכטאָפּפֿער צו גאָט; און אַהרן און אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל‬

              ‫ז ַײנען געקומען עסן ברױט מיט משהס שװער פֿאַר גאָט‪.‬‬

‫‪ 13‬און עס איז געװען אױף מאָרגן‪ ,‬האָט זיך משה געזעצט משפּטן‬
‫דאָס פֿאָלק‪ ,‬און דאָס פֿאָלק איז געשטאַנען פֿאַר משהן פונעם‬
‫פֿרימאָרגן ביזן אָװנט‪ 14 .‬האָט משהס שװער צוגעזען אַלץ װאָס ער‬
‫טוט מיט דעם פֿאָלק‪ ,‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬װאָס איז די דאָזיקע זאַך‬
‫װאָס דו טוסט מיט דעם פֿאָלק? פֿאַר װאָס זיצסט דו אַלײן‪ ,‬און דאָס‬

              ‫גאַנצע פֿאָלק שטײט פֿאַר דיר פֿון פֿרימאָרגן ביז אָװנט?‬

‫‪ 15‬האָט משה געזאָגט צו ז ַײן שװער‪ :‬װ ַײל דאָס פֿאָלק קומט צו מיר‬
‫פֿרעגן ב ַײ גאָט; ‪ 16‬אַז זײ האָבן אַ זאַך‪ ,‬קומט זי פֿאַר מיר‪ ,‬און איך‬
‫משפּט צװישן אַ מאַן און צװישן ז ַײן חבֿר‪ ,‬און מאַך װיסן די געזעצן‬

                                          ‫פֿון גאָט און ז ַײנע לערנונגען‪.‬‬

‫‪ 17‬האָט משהס שװער צו אים געזאָגט‪ :‬ניט גוט איז די זאַך װאָס דו‬
‫טוסט‪ 18 .‬מיד װעסטו מיד װערן‪ ,‬אי דו‪ ,‬אי דאָסדאָזיקע פֿאָלק װאָס‬
‫מיט דיר‪ ,‬װ ַײל די זאַך איז צו שװער פֿאַר דיר; קענסט עס ניט טאָן‬
‫אַלײן‪ 19 .‬אַצונד הער צו מ ַײן ָקול; איך װעל דיר אַן עצה געבן‪ ,‬און‬
‫גאָט װעט ז ַײן מיט דיר‪ :‬ז ַײ דו דעם פֿאָלק פֿאַר גאָט‪ ,‬און דו זאָלסט‬
‫ברענגען די זאַכן צו גאָט‪ 20 .‬און זאָלסט זײ קלאָר מאַכן די געזעצן‬
‫און די לערנונגען‪ ,‬און זײ מאַכן װיסן דעם װעג װאָס זײ זאָלן אין‬
‫אים גײן‪ ,‬און די טוּונג װאָס זײ זאָלן טאָן‪ 21 .‬און דו זאָלסט זען פֿון‬
‫גאַנצן פֿאָלק טױגלעכע מענטשן‪ ,‬גאָטספאָרכטיקע‪ ,‬אמתע מענטשן‪,‬‬
‫װאָס האָבן פֿ ַײנט גײציקײט‪ ,‬און זאָלסט זײ מאַכן איבער זײ פֿאַר‬
‫עלטסטע פֿון טױזנט‪ ,‬עלטסטע פֿון הונדערט‪ ,‬עלטסטע פֿון פֿופֿציק‪,‬‬
‫און עלטסטע פֿון צען‪ 22 .‬און זײ זאָלן משפּטן דאָס פֿאָלק צו‬
‫יעטװעדער צ ַײט; און עס װעט ז ַײן‪ ,‬יעטװעדער גרױסע זאַך װעלן זײ‬
‫ברענגען צו דיר‪ ,‬און יעטװעדער קלײנע זאַך װעלן זײ אַלײן משפּטן‪,‬‬
   38   39   40   41   42   43   44   45   46   47   48