Page 50 - Shmoyis
P. 50
שמות
אומגליק װעט ניט געשען ,זאָל ַקנסען גע ַקנסעט װערן דער
שולדיקער ,לױט װי דער פֿרױס מאַן װעט אױף אים אַרױפֿלײגן ,און
ער זאָל עס געבן פֿאַר די דיינים 23 .אױב אָבער אַן אומגליק װעט
געשען ,זאָלסטו געבן אַ נפֿש פֿאַר אַ נפש 24 .אַן אױג פֿאַר אַן אױג ,אַ
צאָן פֿאַר אַ צאָן ,אַ האַנט פֿאַר אַ האַנט ,אַ פֿוס פֿאַר אַ פֿוס 25 .אַ
ברען פֿאַר אַ ברען ,אַ װוּנד פֿאַר אַ װוּנד ,אַ ב ַײל פֿאַר אַ ב ַײל.
26און אַז אַ מאַן װעט שלאָגן דאָס אױג פֿון ז ַײן קנעכט ,אָדער דאָס
אױג פֿון ז ַײן דינסט ,און װעט עס איבערפֿירן ,זאָל ער אים
אַרױסלאָזן פֿר ַײ פֿאַר ז ַײן אױג 27 .און אַז ער װעט אױסהאַקן אַ צאָן
פֿון ז ַײן קנעכט ,אָדער אַ צאָן פֿון ז ַײן דינסט ,זאָל ער אים אַרױסלאָזן
פֿר ַײ פֿאַר ז ַײן צאָן.
28און אַז אַן אָקס װעט שטױסן אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ ,און זײ װעלן
שטאַרבן ,זאָל פֿאַרשטײנען פֿאַרשטײנט װערן דער אָקס ,און ז ַײן
פֿלײש זאָל ניט געגעסן װערן; און דער בעל־הבית פֿון אָקס איז פֿר ַײ.
29אױב אָבער ער איז אַ שטױסיקער אָקס פֿון נעכטן-אײערנעכטן,
און ז ַײן בעל־הבית איז געװאָרנט געװאָרן ,און האָט אים ניט געהיט,
און ער װעט טײטן אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ ,זאָל פֿאַרשטײנט װערן דער
אָקס ,און אױך ז ַײן בעל־הבית זאָל געטײט װערן 30 .אױב אַן אױסלײז
װעט אַרױפֿגעלײגט װערן אױף אים ,זאָל ער געבן פֿאַרן אױסקױף פֿון
ז ַײן נפֿש װי פֿיל עס װעט אַרױפֿגעלײגט װערן אױף אים 31 .ס ַײ ער
װעט שטױסן אַ י ִינגל ,ס ַײ ער װעט שטױסן אַ מײדל ,זאָל אַזױ װי
דערדאָזיקער משפּט געטאָן װערן צו אים 32 .אױב דער אָקס װעט
שטױסן אַ קנעכט אָדער אַ דינסט ,זאָל ער געבן ז ַײן האַר דר ַײסיק
ֶשקל זילבער ,און דער אָקס זאָל פֿאַרשטײנט װערן.
33און אַז אַ מאַן װעט עפֿענען אַ גרוב ,אָדער אַז אַ מאַן װעט גראָבן
אַ גרוב ,און װעט זי ניט צודעקן ,און אַהין װעט אַר ַײנפֿאַלן אַן אָקס
אָדער אַן אײזל 34 ,זאָל דער בעל־הבית פֿון דער גרוב באַצאָלן; געלט
זאָל ער אומקערן צו זײער בעל־הבית ,און די טױטע בהמה זאָל
געהערן צו אים.
35און אַז אַ מאַנס אָקס װעט שעדיקן דעם אָקס פֿון ז ַײן חבֿר ,און
ער װעט אַװעקפֿאַלן ,זאָלן זײ פֿאַרקױפֿן דעם לעבעדיקן אָקס ,און זיך
צעטײלן מיטן געלט; און אױך מיטן טױטן זאָלן זײ זיך צעטײלן36 .