Page 49 - Shmoyis
P. 49

‫שמות‬

‫ער איר שפּ ַײז‪ ,‬איר קלײדונג‪ ,‬און איר װ ַײברעכט‪ ,‬ניט מינערן‪ 11 .‬און‬
‫אױב ער װעט איר ניט טאָן די דאָזיקע דר ַײ זאַכן‪ ,‬זאָל זי אַרױסגײן‬

                                                    ‫אומזיסט‪ ,‬אָן געלט‪.‬‬

‫‪ 12‬דער װאָס שלאָגט אַ מענטשן און ער שטאַרבט‪ ,‬זאָל טײטן געטײט‬
‫װערן‪ 13 .‬אָבער דער װאָס האָט ניט געמײנט‪ ,‬נאָר גאָט האָט עס‬
‫אונטערגעשיקט אונטער ז ַײן האַנט‪ ,‬װעל איך דיר מאַכן אַן אָרט װאָס‬

                                               ‫ער זאָל אַהין אנטרינען‪.‬‬

‫‪ 14‬און אַז אַ מאַן װעט מוטװיליק קומען אױף ז ַײן חבֿר‪ ,‬אים צו‬
‫הרגען מיט ליסטיקײט‪ ,‬זאָלסטו פֿון מ ַײן מזבח אים אַראָפּנעמען צו‬

                                                               ‫שטאַרבן‪.‬‬

‫‪ 15‬און דער װאָס שלאָגט ז ַײן פֿאָטער‪ ,‬אָדער ז ַײן מוטער‪ ,‬זאָל טײטן‬
                                                          ‫געטײט װערן‪.‬‬

‫‪ 16‬און דער װאָס גנבֿעט אַ מענטשן און פֿאַרקױפֿט אים‪ ,‬אָדער ער‬
               ‫װערט געפֿונען אין ז ַײן האַנט‪ ,‬זאָל טײטן געטײט װערן‪.‬‬

‫‪ 17‬און דער װאָס שילט ז ַײן פֿאָטער‪ ,‬אָדער ז ַײן מוטער‪ ,‬זאָל טײטן‬
                                                          ‫געטײט װערן‪.‬‬

‫‪ 18‬און אַז מענטשן װעלן זיך קריגן‪ ,‬און אײנער װעט שלאָגן דעם‬
‫אַנדערן מיט אַ שטײן‪ ,‬אָדער מיטן פֿױסט‪ ,‬און ער װעט ניט שטאַרבן‪,‬‬
‫נאָר ער װעט זיך אַװעקלײגן אין בעט‪ 19 ,‬איז‪ ,‬אױב ער װעט‬
‫אױפֿשטײן און אַרומגײן דרױסן אױף ז ַײן שטעקן‪ ,‬זאָל דער שלעגער‬
‫ז ַײן פֿר ַײ; נאָר פֿאַר ז ַײן זיצן לײדיק מוז ער באַצאָלן‪ ,‬און אױסהײלן‬

                                           ‫מוז ער אים לאָזן אױסהײלן‪.‬‬

‫‪ 20‬און אַז אַ מאַן װעט שלאָגן ז ַײן קנעכט‪ ,‬אָדער ז ַײן דינסט‪ ,‬מיט אַ‬
‫שטעקן‪ ,‬און ער װעט שטאַרבן אונטער ז ַײן האַנט‪ ,‬זאָל ער שטראָפֿן‬

                                                     ‫באַשטראָפֿט װערן‪.‬‬

‫‪ 21‬אױב אָבער ער װעט זיך האַלטן אַ טאָג אָדער צװײ טעג‪ ,‬זאָל ער‬
                   ‫ניט באַשטראָפֿט װערן; װאָרום דאָס איז ז ַײן געלט‪.‬‬

‫‪ 22‬און אַז מענער װעלן זיך ראַנגלען‪ ,‬און װעלן אָנשטױסן אַ‬
‫טראָגעדיקע פֿרױ‪ ,‬און אירע קינדער װעלן אַרױסגײן‪ ,‬אָבער קײן‬
   44   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54