Page 85 - Shmoyis
P. 85
שמות
אָפּשײדונג װאָס די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געבראַכט פֿאַר דער
מלאָכה פֿון דער אַרבעט פֿון הײליקטום ,כּדי זי צו מאַכן .און די
האָבן נאָך אַלץ געהאַלטן אין ברענגען צו אים נדבות ,פֿרימאָרגן אין
פֿרימאָרגן.
4ז ַײנען געקומען אַלע קלוגע ל ַײט װאָס האָבן געמאַכט די גאַנצע
אַרבעט פֿון הײליקטום ,איטלעכער מאַן פֿון ז ַײן אַרבעט װאָס ער
האָט געטאָן 5 ,און זײ האָבן געזאָגט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן :דאָס
פֿאָלק ברענגט מער װי עס איז נײטיק צו דער אַרבעט ,פֿאַר דער
מלאָכה װאָס גאָט האָט באַפֿױלן זי צו מאַכן.
6האָט משה באַפֿױלן ,און מע האָט אַרױסגעלאָזט אַן אױסרוף אין
לאַגער ,אַזױ צו זאָגן :קײן מאַן און קײן פרױ זאָל מער ניט מאַכן
אַרבעט פֿאַר דער הײליקער אָפּשײדונג .און דאָס פֿאָלק איז
אָפּגעהאַלטן געװאָרן פֿון ברענגען 7 .און דאָס אױסגעאַרבעטע איז
זײ געװען גענוג פֿאַר דער גאַנצער אַרבעט ,זי צו מאַכן ,און נאָך
איבערצולאָזן.
8און אַלע קלוגהאַרציקע צװישן די װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט,
האָבן געמאַכט דעם ִמשכּן אין צען פאָרהאַנגען; פֿון געדר ַײטן ל ַײנען,
און בלאָער װאָל ,און פּורפּל ,און װערמילרױט; מיט כּרובֿים ,קונציק
אױסגעאַרבעט האָט מען זײ געמאַכט 9 .די לענג פֿון איטלעכן
פאָרהאַנג אַכט און צװאַנציק אײלן ,און די ברײט פֿון איטלעכן
פאָרהאַנג פֿיר אײלן; אײן מאָס פֿאַר אַלע פֿאָרהאַנגען 10 .און מע
האָט באַהעפֿט פֿינף פֿאָרהאַנגען אײנעם צום אַנדערן ,אױך די
אַנדערע פֿינף פֿאָרהאַנגען האָט מען באַהעפֿט אײנעם צום אַנדערן.
11און מע האָט געמאַכט שלײפֿן פֿון בלאָער װאָל אױף דעם זױם פֿון
אײן פֿאָרהאַנג אין עק פֿון אײן באַהעפֿטונג; אַזױ האָט מען געמאַכט
אױף דעם זױם פֿון דעם עקסטן פֿאָרהאַנג אין דער צװײטער
באַהעפֿטונג 12 .פֿופֿציק שלײפֿן האָט מען געמאַכט אױף דעם אײן
פֿאָרהאַנג ,און פֿופֿציק שלײפֿן האָט מען געמאַכט אױף דעם ברעג פֿון
דעם פֿאָרהאַנג װאָס אין דער צװײטער באַהעפֿטונג; די שלײפֿן ז ַײנען
געװען אײנער קעגן אַנדערן 13 .און מע האָט געמאַכט פֿופֿציק
גילדערנע האָקן ,און מע האָט באַהעפֿט די פֿאָרהאַנגען אײנעם צום
אַנדערן מיט די האָקן ,און דער ִמשכּן איז געװען אײנס.