Page 90 - Shmoyis
P. 90

‫שמות‬

‫‪ 8‬און ער האָט געמאַכט דעם האַנטפֿאַס פֿון קופּער‪ ,‬און ז ַײן געשטעל‬
‫פֿון קופּער‪ ,‬פֿון די שפּיגלען פֿון די װ ַײבער װאָס פֿלעגן זיך‬

                           ‫א ַײנזאַמלען ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד‪.‬‬

‫‪ 9‬און ער האָט געמאַכט דעם הױף‪ :‬פֿאַר דער ָדרום‪-‬ז ַײט צו ָדרום‪,‬‬
‫אַרומהאַנגען פֿון הױף פֿון געדר ַײטן ל ַײנען‪ ,‬הונדערט אײלן; ‪ 10‬די‬
‫ז ַײלן דערצו צװאַנציק‪ ,‬און זײערע שװעלן צװאַנציק‪ ,‬פֿון קופּער; די‬
‫העקלעך פֿון די ז ַײלן‪ ,‬און זײערע רײפֿבענדער‪ ,‬פֿון זילבער‪ 11 .‬און‬
‫פֿאַר דער צפֿון‪-‬ז ַײט‪ ,‬הונדערט אײלן; די ז ַײלן דערצו צװאַנציק‪ ,‬און‬
‫זײערע שװעלן צװאַנציק‪ ,‬פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די ז ַײלן‪ ,‬און‬
‫זײערע רײפֿבענדער‪ ,‬פֿון זילבער‪ 12 .‬און פֿאַר דער מערבֿ‪-‬ז ַײט‪,‬‬
‫אַרומהאַנגען פֿון פֿופֿציק אײלן; די ז ַײלן דערצו צען‪ ,‬און זײערע‬
‫שװעלן צען; די העקלעך פֿון די ז ַײלן‪ ,‬און זײערע רײפֿבענדער‪ ,‬פֿון‬
‫זילבער‪ 13 .‬און פֿאַר דער מזרח‪-‬ז ַײט צו זונאױפֿגאַנג‪ ,‬פֿופֿציק אײלן‪.‬‬
‫‪ 14‬אַרומהאַנגען פֿאַר אײן ז ַײט פֿון טױער ‪ ,‬פֿופֿצן אײלן; די ז ַײלן‬
‫דערצו דר ַײ‪ ,‬און זײערע שװעלן דר ַײ‪ 15 .‬און אַזױ אױף דער צװײטער‬
‫ז ַײט; אי אױף דער ז ַײט אי אױף דער אַנדער ז ַײט פֿון טױער פֿון הױף‬
‫אַרומהאַנגען פֿופֿצן אײלן; די ז ַײלן דערצו דר ַײ‪ ,‬און זײערע שװעלן‬
‫דר ַײ‪ 16 .‬אַלע אַרומהאַנגען פֿון הױף רונד אַרום‪ ,‬פֿון געדר ַײטן ל ַײנען‪.‬‬
‫‪ 17‬און די שװעלן צו די ז ַײלן‪ ,‬פֿון קופּער‪ :‬די העקלעך פֿון די ז ַײלן‪,‬‬
‫און זײערע רײפֿבענדער‪ ,‬פֿון זילבער; און דער איבערצוג פֿון זײערע‬
‫קעףּ‪ ,‬פֿון זילבער; און זײ ז ַײנען געװען אַרומגערײפֿט מיט זילבער‪,‬‬
‫אַלע ז ַײלן פֿון הױף‪ 18 .‬און דער טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף איז געװען‬
‫געשטיקטע אַרבעט‪ ,‬פֿון בלאָער װאָל‪ ,‬און פּורפּל‪ ,‬און װערמילרױט‪,‬‬
‫און געדר ַײטן ל ַײנען; און צװאַנציק אײלן די לענג‪ ,‬און די הײך – פֿאַר‬
‫ברײט – פֿינף אײלן‪ ,‬גל ַײך מיט די אַרומהאַנגען פֿון הױף‪ 19 .‬און די‬
‫ז ַײלן דערצו פֿיר‪ ,‬און זײערע שװעלן פֿיר‪ ,‬פֿון קופּער; זײערע העקלעך‪,‬‬
‫פֿון זילבער‪ ,‬דער איבערצוג פֿון זײערע קעףּ‪ ,‬און זײערע רײפֿבענדער‪,‬‬
‫פֿון זילבער; און אַלע פֿלעקלעך פֿון ִמשכּן און פֿון הױף רונד אַרום‪,‬‬

                                                             ‫פֿון קופּער‪.‬‬

                 ‫ְפּקו ֵדי‬

‫‪ 21‬דאָס ז ַײנען די איבערצײלונגען פֿון ִמשכּן‪ ,‬דעם ִמשכן פֿון געזעץ‪,‬‬
‫װאָס ז ַײנען איבערגעצײלט געװאָרן לױט דעם מױל פֿון משהן דורך‬
   85   86   87   88   89   90   91   92   93   94   95