Page 89 - Shmoyis
P. 89
שמות
רײנעם גאָלד 14 .פֿון אַ צענטנער רײנעם גאָלד האָט ער זי געמאַכט
מיט אַלע אירע כּלים.
25און ער האָט געמאַכט דעם מזבח פֿאַר װ ַײרױך ,פֿון ִשטים-האָלץ,
אַן אײל ז ַײן לענג ,און אַן אײל ז ַײן ברײט ,פֿירעקעכדיק ,און צװײ
אײלן ז ַײן הײך; פֿון אים גופֿא ז ַײנען געװען ז ַײנע הערנער 26 .און ער
האָט אים איבערגעצױגן מיט רײנעם גאָלד ,ז ַײן אױבערדעק ,און
ז ַײנע װענט רונד אַרום ,און ז ַײנע הערנער; און ער האָט געמאַכט
צו אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום 27 .און צװײ גילדערנע
רינגען האָט ער געמאַכט צו אים אונטער ז ַײן קראַנץ אױף ז ַײנע צװײ
פֿלאַנקען – אױף ז ַײנע צװײ ז ַײטן ,פֿאַר אױערן פֿאַר די שטאַנגען,
אים צו טראָגן אױף זײ 28 .און ער האָט געמאַכט די שטאַנגען פֿון
ִשטים-האָלץ ,און זײ איבערגעצױגן מיט גאָלד.
29און ער האָט געמאַכט דאָס הײליקע אײל פֿון זאַלבונג ,און דעם
רײנעם װ ַײרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן ,אַזױ װי דער בשׂמים-
מישער מאַכט.
1און ער האָט געמאַכט דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער ,פֿון
ִשטים-האָלץ ,פֿינף אײלן ז ַײן לענג ,און פֿינף אײלן ז ַײן ברײט,לח
פֿירעקעכדיק ,און דר ַײ אײלן ז ַײן הײך 2 .און ער האָט געמאַכט ז ַײנע
הערנער אױף ז ַײנע פֿיר װינקלען; פֿון אים גופֿא ז ַײנען געװען ז ַײנע
הערנער; און ער האָט אים איבערגעצױגן מיט קופּער 3 .און ער האָט
געמאַכט אַלע כּלים פֿון מזבח ,די טעףּ ,און די שופֿלען ,און די
שפּרענגבעקנס ,די גאָפּלען ,און די פֿ ַײערפֿאַנען; אַלע ז ַײנע כּלים
האָט ער געמאַכט פֿון קופּער 4 .און ער האָט געמאַכט צום מזבח אַ
קופּערנע זיףּ פֿון נעצאַרבעט אונטער ז ַײן געזימס ,פֿון אונטן ביז ז ַײן
העלפֿט 5 .און ער האָט אױסגעגאָסן פֿיר רינגען פֿאַר די פֿיר עקן פֿון
דער קופּערנער זיףּ ,אױערן פֿאַר די שטאַנגען 6 .און ער האָט
געמאַכט די שטאַנגען פֿון ִשטים-האָלץ ,און זײ איבערגעצױגן מיט
קופּער 7 .און ער האָט אַר ַײנגעצױגן די שטאַנגען אין די רינגען אױף
די ז ַײטן פֿון מזבח ,אים צו טראָגן אױף זײ; הױל אינעװײניק ,פֿון
ברעטער ,האָט ער אים געמאַכט.