Page 94 - Shmoyis
P. 94
שמות
32אַזױ איז פֿאַרענדיקט געװאָרן די גאַנצע אַרבעט פֿון דעם ִמשכּן
פֿון אוֹהל-מוֹעד; און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געטאָן אַזױ װי אַלץ
װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן; גענױ אַזױ האָבן זײ געטאָן.
33און זײ האָבן געבראַכט דעם ִמשכּן צו משהן :דאָס געצעלט און
אַלע ז ַײנע זאַכן ,ז ַײנע האָקן ,ז ַײנע ברעטער ,ז ַײנע ריגלען ,און ז ַײנע
ז ַײלן ,און ז ַײנע שװעלן; 34און דעם צודעק פֿון רױטגעפֿאַרבטע
װידערפֿעלן ,און דעם צודעק פֿון ַתּ ַחש-פֿעלן ,און דעם ָפּרוֹ ֶכת פֿון
צװישנשײד; 35דעם אָרון פֿון געזעץ ,און ז ַײנע שטאַנגען ,און דעם
דעק; 36דעם טיש אַלע ז ַײנע כּלים ,און דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט;
37די רײנע מנוֹרה ,אירע רערלעך – די רערלעך אױף אָנצוריכטן –
און אַלע אירע כּלים ,און דאָס אײל פֿאַר ל ַײכטונג; 38און דעם
גילדערנעם מזבח ,און דאָס אײל פֿון זאַלבונג ,און דעם װ ַײרױך פֿון
שמעקעדיקע געװירצן ,און דעם טירפֿאָרהאַנג פֿון געצעלט; 39דעם
קופּערנעם מזבח ,און די קופּערנע זיףּ װאָס צו אים ,ז ַײנע שטאַנגען,
און אַלע ז ַײנע כּלים; דעם האַנטפֿאַס און ז ַײן געשטעל; 40די
אַרומהאַנגען פֿון הױף ,ז ַײנע ז ַײלן ,און ז ַײנע שװעלן ,און דעם
פֿאָרהאַנג צום טױער פֿון הױף ,ז ַײנע שטריק ,און ז ַײנע פֿלעקלעך ,און
אַלע אַרבעטגעצ ַײג פֿון דעם ִמשכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד; 41די
געשטריקטע קלײדער אױף צו דינען אין הײליקטום ,די הײליקע
קלײדער פֿאַר אהרן דעם כֹּהן ,און די קלײדער פֿון ז ַײנע זין ,אױף צו
טאָן די כּהונה.
42אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן ,אַזױ האָבן די
קינדער פֿון ישׂראל געמאַכט די גאַנצע אַרבעט 43 .און משה האָט
געזען די גאַנצע אַרבעט ,אַז זײ האָבן זי געמאַכט; אַזױ װי גאָט האָט
באַפֿױלן ,אַזױ האָבן זײ געמאַכט; און משה האָט זײ געבענטשט.
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 2 :אין ערשטן
טאָג פֿון ערשטן חוֹדש זאָלסטו אױפֿשטעלן דעם ִמשכּן פֿוןמ
אוֹהל-מוֹעד 3 .און זאָלסט אַר ַײנטאָן אַהין דעם אָרון פֿון געזעץ ,און
פֿאַרהענגען דעם אָרון מיטן ָפּרוֹ ֶכת 4 .און זאָלסט אַר ַײנברענגען דעם
טיש ,און אױסלײגן ז ַײן אױסלײגונג; 5און זאָלסט אַר ַײנברענגען די
מנוֹרה ,און אָנצינדן אירע רערלעך .און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם