Page 86 - Shmoyis
P. 86
שמות
14און מע האָט געמאַכט פֿאָרהאַנגען פֿון ציגנהאָר פֿאַר אַ געצעלט
איבערן ִמשכּן; עלף פֿאָרהאַנגען האָט מען זײ געמאַכט 15 .די לענג
פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג דר ַײסיק אײלן ,און די ברײט פֿון איטלעכן
פֿאָרהאַנג פֿיר אײלן; אײן מאָס פֿאַר די עלף פֿאָרהאַנגען 16 .און מע
האָט באַהעפֿט פֿינף פֿאָרהאַנגען באַזונדער ,און זעקס פֿאָרהאַנגען
באַזונדער 17 .און מע האָט געמאַכט פֿופֿציק שלײפֿן אױף דעם זױם
פֿון דעם עקסטן פֿאָרהאַנג אין אײן באַהעפֿטונג ,און פֿופֿציק שלײפֿן
האָט מען געמאַכט אױף דעם זױם פֿון דעם פֿאָרהאַנג אין דער
צװײטער באַהעפֿטונג 18 .און מע האָט געמאַכט פֿופֿציק קופּערנע
האָקן צו באַהעפֿטן דאָס געצעלט ,אַז עס זאָל ז ַײן אײנס 19 .און מע
האָט געמאַכט אַ צודעק פֿאַר דעם געצעלט ,פֿון רױטגעפֿאַרבטע
װידערפֿעלן ,און אַ צודעק פֿון ַתּ ַחש-פֿעלן פֿון אױבן 20 .און מע האָט
געמאַכט די ברעטער צום ִמשכּן ,פֿון ִשטים-האָלץ ,שטײעדיק 21 .צען
אײלן די לענג פֿון אַ ברעט ,און אַן אײל און אַ האַלב די ברײט פֿון
איטלעכן ברעט 22 .צװײ צאַפּנס צו איטלעכן ברעט ,אײנער קעגן
אַנדערן אַזױ װי שטאַפּלען .אַזױ האָט מען געמאַכט צו אַלע ברעטער
פֿון ִמשכּן 23 .און מע האָט געמאַכט די ברעטער פֿאַרן ִמשכּן:
צװאַנציק ברעטער פֿאַר דער ָדרום-ז ַײט צו ָדרום 24 .און פֿערציק
זילבערנע שװעלן האָט מען געמאַכט אונטער די צװאַנציק ברעטער:
צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט פֿאַר ז ַײנע צװײ צאַפּנס ,צו צװײ
שװעלן אונטער אײן ברעט פֿאַר ז ַײנע צװײ צאַפּנס 25 .און פֿאַר דער
צװײטער ז ַײט פֿון ִמשכּן ,צו צפֿון-ז ַײט ,האָט מען געמאַכט צװאַנציק
ברעטער 26 ,און זײערע פֿערציק זילבערנע שװעלן :צו צװײ שװעלן
אונטער אײן ברעט ,צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט 27 .און פֿאַר
דער הינטערשטער ז ַײט פֿון ִמשכּן ,צו מערבֿ ,האָט מען געמאַכט
זעקס ברעטער 28 .און צװײ ברעטער האָט מען געמאַכט פֿאַר די
װינקלען פֿון דעם ִמשכּן ,אױף דער הינטערשטער ז ַײט 29 .און זײ
ז ַײנען געװען אַר ַײנגעפּאַסט אונטן ,און דעס גל ַײכן ז ַײנען זײ געװען
אַר ַײנגעפּאַסט אױבן ביז צום ערשטן רינג; אַזױ האָט מען געמאַכט
ב ַײ זײ בײדן ,פֿאַר די צװײ װינקלען 30 .און עס ז ַײנען געװען אַכט
ברעטער מיט זײערע זילבערנע שװעלן – זעכצן שװעלן :צו צװײ
שװעלן ,צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט 31 .און מע האָט
געמאַכט ריגלען פֿון ִשטים-האָלץ :פֿינף פֿאַר די ברעטער פֿון אײן ז ַײט
ִמשכּן 32 ,און פֿינף ריגלען פֿאַר די ברעטער פֿון דער צװײטער ז ַײט
ִמשכּן ,און פֿינף ריגלען פֿאַר די ברעטער פֿון ִמשכּן אױף דער
הינטערשטער ז ַײט ,צו מערבֿ 33 .און מע האָט געמאַכט דעם