Page 187 - Thilim
P. 187
תּהלים
האַרן און אַלע ריכטער פֿון דער ערד;
12בחורים און אױך יונגפֿרױען,
זקנים מיט י ִינגלעך.
13זײ זאָלן לױבן דעם נאָמען פֿון גאָט,
װאָרום ז ַײן נאָמען אַלײן איז דערהױבן;
ז ַײן גלאַנץ איבער ערד און הימל.
14און ער האָט דערהײכט דעם האָרן פֿון ז ַײן פֿאָלק –
אַ לױב פֿאַר אַלע ז ַײנע פֿרומע,
פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל,
דעם פֿאָלק װאָס איז אים נאָנט.
ַה ְללוָּיה.
ַ 1ה ְללוָּיה.קמט
זינגט צו גאָט אַ נ ַײ געזאַנג,
ז ַײן לױב אין דער א ַײנזאַמלונג פֿון די פֿרומע.
2זאָל זיך פֿרײען ישׂראל מיט ז ַײן באַשעפֿער,
די קינדער פֿון ִציון זאָלן לוסטיק ז ַײן מיט זײער מלך.
3זאָלן זײ לױבן ז ַײן נאָמען מיט טאַנץ,
מיט פּױק און האַרף זאָלן זײ שפּילן צו אים.
4װאָרום גאָט באַװיליקט ז ַײן פֿאָלק,
ער באַשײנט די געדריקטע מיט הילף.
5זאָלן די פֿרומע זיך פֿרײען אין כּבֿוד,
זאָלן זײ זינגען אױף זײערע געלעגערס.
6דערהײבונגען פֿון גאָט אין זײער קעל,
און אַ צװײשאַרפֿיקע שװערד אין זײער האַנט,
7צו טאָן אַ נקמה אָן די פֿעלקער,
שטראָפֿונגען אױף די אומות;
8צו שמידן זײערע מלכים אין קײטן,
און זײערע אָנגעזעענע אין א ַײזערנע רינגען;
9צו טאָן אױף זײ דעם אָנגעשריבענעם משפּט.
שײן װעט דאָס ז ַײן פֿאַר אַלע ז ַײנע פֿרומע.
ַה ְללוָּיה.