Page 182 - Thilim
P. 182

‫תּהלים‬

                   ‫‪ 6‬בליץ אַרױס אַ בליץ‪ ,‬און זאָלסט זײ צעשפּרײטן‪,‬‬
                                   ‫שיק ד ַײנע פֿ ַײלן‪ ,‬און פֿאַרטומל זײ‪.‬‬

                           ‫‪ 7‬שטרעק אױס ד ַײנע הענט פֿון דער הײך‪,‬‬
              ‫ר ַײס מיך אַרױס און ז ַײ מיך מציל פֿון װאַסערן גרױסע‪,‬‬

                                ‫פֿון דער האַנט פֿון פֿרעמדגעבאָרענע‪,‬‬
                                 ‫‪ 8‬װאָס זײער מױל רעדט פֿאַלשקײט‪,‬‬
               ‫און זײער רעכטע האַנט איז אַ רעכטע האַנט פֿון ליגן‪.‬‬

                            ‫‪ 9‬גאָט‪ ,‬אַ נ ַײ געזאַנג װעל איך דיר זינגען‪,‬‬
            ‫אױף אַ גיטאַר פֿון צען סטרונעס װעל איך שפּילן צו דיר‪,‬‬

                                    ‫‪ 10‬װאָס גיסט הילף צו די מלכים‪,‬‬
         ‫װאָס ר ַײסט אַרױס דוד ז ַײן קנעכט פֿון דער בײזער שװערד‪.‬‬

             ‫‪ 11‬ר ַײס מיך אַרױס און ז ַײ מיך מציל פֿון דער האַנט פֿון‬
                                                    ‫פֿרעמדגעבאָרענע‪,‬‬

                                   ‫װאָס זײער מױל רעדט פֿאַלשקײט‪,‬‬
               ‫און זײער רעכטע האַנט איז אַ רעכטע האַנט פֿון ליגן‪.‬‬

                                          ‫‪ 12‬װאָס אונדזערע זין ז ַײנען‬
‫װי אױפֿגעװאַקסענע פֿלאַנצן אין זײער יוגנט; אונדזערע טעכטער װי‬

                                                            ‫װינקלז ַײלן‬
                               ‫געשניצט לױט דעם בױ פֿון אַ טעמפּל;‬

                                       ‫‪ 13‬אונדזערע שפּ ַײכלערס פֿול‪,‬‬
                                       ‫אַרױסגעבנדיק אַלערלײ מינים;‬

                                          ‫אונדזערע שאָף אין טױזנטן‪,‬‬
                            ‫אין צענטױזנטן‪ ,‬אױף אונדזערע פֿעלדער;‬

                                         ‫‪ 14‬אונדזערע אָקסן באַלאָדן;‬
                                        ‫קײן בראָך‪ ,‬און קײן מינערונג‪,‬‬
                            ‫און קײן װײגעשרײ אין אונדזערע גאַסן –‬
                       ‫‪ 15‬װױל צו דעם פֿאָלק װאָס ב ַײ אים איז אַזױ‪,‬‬
                         ‫װױל צו דעם פֿאָלק װאָס יהוה איז ז ַײן גאָט‪.‬‬

                                   ‫‪ 1‬אַ לױבונג פֿון ָד ִודן‪.‬‬

    ‫איך װעל דיך דערהײבן‪ ,‬מ ַײן גאָט דער קיניג‪,‬קמה‬
                       ‫און בענטשן ד ַײן נאָמען אײביק און שטענדיק‪.‬‬
   177   178   179   180   181   182   183   184   185   186   187