Page 186 - Thilim
P. 186
תּהלים
פֿראָסט װי אַש טוט ער שפּרײטן.
17ער װאַרפֿט ז ַײן א ַײז אַזױ װי ברעקלעך;
פֿאַר ז ַײן קעלט װער קען באַשטײן?
18ער שיקט ז ַײן װאָרט ,און מאַכט זײ צעגײן;
ער מאַכט בלאָזן ז ַײן װינט ,רינען װאַסערן.
19ער זאָגט ז ַײנע װערטער צו יעקבֿ,
ז ַײנע חוקים און ז ַײנע געזעצן צו ישׂראל.
20ער האָט אַזױ ניט געטאָן צו קײן פֿאָלק,
און געזעצן ,דערפֿון װײסן זײ ניט.
ַה ְללוָּיה.
ַ 1ה ְללוָּיה.קמח
לױבט גאָט ,פֿון די הימלען,
לױבט אים אין די הײכן.
2לױבט אים ,אַלע ז ַײנע מלאכים;
לױבט אים ,אַלע ז ַײנע חילות.
3לױבט אים ,זון און לבֿנה;
לױבט אים ,אַלע ליכטיקע שטערן.
4לױבט אים ,די הימלען פֿון די הימלען,
און די װאַסערן װאָס איבער די הימלען.
5זאָלן זײ לױבן דעם נאָמען פֿון גאָט,
װאָרום ער האָט באַפֿױלן ,און זײ ז ַײנען באַשאַפֿן געװאָרן.
6און ער האָט זײ אױפֿגעשטעלט אױף שטענדיק ,אױף אײביק;
ער האָט געשטעלט אַ געזעץ װאָס זאָל ניט פֿאַרגײן.
7לױבט גאָט ,פֿון דער ערד,
איר ים-חיות און אַלע תּהומען;
8פֿ ַײער און האָגל ,שנײ און נעבל;
דער שטורעמװינט װאָס טוט ז ַײן װאָרט;
9בערג און אַלע הײכן,
פֿרוכטבײמער און אַלע צעדערן;
10חיות און אַלע בהמות,
שרצים און געפֿליגלטע פֿױגלען;
11מלכים פֿון דער ערד און אַלע פֿעלקער,